רוי שמועס:דין וחשבון
יום הדין
כ'האב אראפגענומען דעם לינק צום ארטיקל יום הדין אינ'ם העבראישן מכלול ווייל כ'מיין אז ס'נישט פונקטלאך דאס זעלבע און מ'קען אפשר מאכן דערפון 2 באזונדערע ארטיקלען. אויב איינער וויל, קען ער צוריקשטעלן דעם לינק. י'הושע (שמועס) 23:32, 16 אויגוסט 2023 (IDT)
- י'הושע, איך מיין אז דערווייל זאל מען יא מאכן איין ארטיקל וואס זאל אויסשמועסן אלע ימי הדין וחשבון. ס'איז למעשה פארבונדן, און די טערמינען ווערן גענוצט אינטערטוישנדיג. ס'איז דא דער דו"ח פון יעדע נאכט, דער דו"ח פון ימים נוראים (כ'בין נישט זיכער צו ס'קומט אריין, מ'קען עס מסתמא דערמאנען), דער דו"ח פון נאכ'ן טויט, און דער יום הדין הגדול והנורא/יום ה'. אויב וועט דער ארטיקל ווערן גרויס, קען מען עס דאן מפצל זיין. וואס זאגט איר, אקטיווע מכלולאים? --—תנא קמא 📖 💬 17:22, 17 אויגוסט 2023 (IDT)
- קודם איז דאס תלוי וואס יהושע איז גרייט צו טון. נאר איך ~ שמועס ~ ל' אב ה'תשפ"ג ~ 17:42, 17 אויגוסט 2023 (IDT)
- לדעתי איז יום הדין א באזונדערע זאך פון דין וחשבון (בין השאר, נעמט יום הדין אריין נישט בלויז דער דו"ח דערפון נאר אויך די רעזולטאטן פון דעם דו"ח, וע"ע ע:אחרית הימים), אבער מ'קען טון פארקערט: נאך וואס דער ארטיקל יום הדין איז געשריבן, קען מען עס דא אויך אויסשמועסן אין קורצן שיקנדיג אהין. — צמא לדעת • שמועס • ל' אב ה'תשפ"ג 18:41, 17 אויגוסט 2023 (IDT)
פלאן און געבוי פון ארטיקל
כרגע באציט זיך דער ארטיקל נאר צו די ווערטער דין וחשבון, אבער לענ"ד דארף דער "פלייש" פון ארטיקל בעיקר זיין איבער דער באגריף. עס דארפן עכ"פ ווערן בארירט אזעלכע פראגעס ווי:
- ווען קומט פאר דער דו"ח? (זע אביסל אויבן און ראש השנה טז, א)
- ווער פירט עס אויס? (דערמאנען וועגן בית דין של מעלה און ווער עס דינט דערין)
- איבער וואס איז דער דו"ח? (אריינגערעכנט דער סדר דערפון, שבת לא, א)
- וויאזוי ווערט דער משפט באשטימט? (די מקורות אז לויט וואס דער מענטש באשטימט אויף אנדערע, אדער לויט סתירות אין זיינע מעשים, וכו')
דאס איז אלעס אויבנאויף. מ'קען געוויס מחולק זיין איבער טייל דערפון, אבער בכל אופן דארף מען טראכטן דערפון אלס מושג ווי איידער בלויז א טערמין. — צמא לדעת • שמועס • ז' טבת ה'תשפ"ד 21:41, 19 דעצעמבער 2023 (UTC)