רוי:תחיית המתים

אמונה אז די טויטע וועלן אויפשטיין

תחיית המתים איז דאס אויפשטיין צום לעבן פון טויטע לעתיד לבוא. דאס איז איינער פון די דרייצן עיקרי אמונה, אז עס וועט קומען א צייט, ווען די פארשטארבענע וועלן צוריק לעבעדיג ווערן, אויפשטיין תחיית המתים.

מען דארף אונטערשיידן דעם דאזיגן גלויבן פון גלויבן אין השארת הנפש, אומשטערבליכקייט פון דער נשמה. מיט השארת הנפש מיינט מען, אז די נשמה פון מענטש לעבט נאכן טויט, הגם דער גוף, דער קערפער, איז טויט. אבער מיט תחיית המתים מיינט מען, אז דער קערפער פון מענטש וועט צוריק ווערן לעבעדיג.

דער דאזיגער גלויבן ווערט אויסגעדריקט נישט נאר אין די אני מאמין, וואס מען זאגט יעדן טאג, נאר אויך אין דאווענען אין דער שמונה עשרה, וואו די צווייטע ברכה איז "מחיה המתים", און אויך אין אדון עולם און יגדל. וועגן דער פראגע ווען וועט פארקומען דער תחיית המתים זענען פארהאן פארשידענע מיינונגען ביי די אידישע חוקרים אין מיטלאלטער. געווענליך איז אנגענומען, אז תחיית המתים וועט פארקומען ווען משיח וועט קומען, און אז דעמאלט וועלן שוין אלע לעבן אייביג. די משנה[1] זאגט, אז תחיית המתים וועט פארקומען דורך אליהו הנביא.

די משנה[2] רעכנט אויס צווישן די וואס וועלן נישט האבן קיין חלק לעולם הבא, אויך די וואס האלטן, "אין תחיית המתים מן התורה", אז אין דער תורה איז נישט פאראן די אמונה אין תחיית המתים. די גמרא ברענגט פסוקים פון חומש ארויסצולערנען תחיית המתים. עס איז זיכער אז אין ספר דניאל[3], "ורבים מישיני אדמת עפר יקיצו", ווערט דער גלויבן אין תחיית המתים אויסגעדריקט. עס איז אויך זיכער, אז עס זענען געווען אין די תנ"ך-צייטן אזעלכע וואס האבן געלייקנט אין תחיית המתים, ווי די פסוקים אין ספר איוב[4], "כלה ענן וילך כן יורד שאול לא יעלה", און אנדערע. די גמרא[5] זאגט דערויף, "מכאן שכפר איוב בתחיית המתים" (איוב האט נישט געגלויבט אין תחיית המתים). די צדוקים אין דער צייט פון בית שני האבן נישט געגלויבט אין תחיית המתים און אין דער גמרא[6] זענען פארהאן ויכוחים פון תנאים מיט די אומגלויביגע.

אין מיטלאלטער זענען געשריבן געווארן פיל מאמרים ועגן תחיית המתים דורך די באדייטנדסטע דענקער (רב סעדיה גאון אין "אמונת ודעות", דער רמב"ם אין זיין בארימטן "מאמר תחיית המתים", און אנדערע). דער מפרש המשנה רבי ישראל ליפשיץ, מחבר פון תפארת ישראל אויף משניות (אין דער ערשטער העלפט פון 19טן יארהונדערט), האט צום סוף פון זיין פירוש אוויף סדר נזיקין פארעפנטליכט דעם מאמר אור החיים צו באווייזן, אז דער גלויבן אין תחיית המתים איז נישט קעגן מאדערנער וויסנשאפט.

זעט אויך

רעפערענצן

  1. סוף סוטה
  2. סנהדרין, פרק חלק
  3. דניאל יב
  4. איוב ז און יד
  5. בבא בתרא טז
  6. סנהדרין צ
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!