רוי:שפיל
א שפיל איז אן אקטיוויטעט וואס מען טוט פאר פארוויילונג אדער בילדונג. ס'זענען פאראן שפילן וואס מען שפילט אליין, אדער מיט א צווייטן, אדער עטליכע מענטשן צוזאמען. יעדער שפיל האט געזעצן לויט וועלכע דער שפיל ווערט געשפילט, און א ציל וואס מען זוכט צו דערגרייכן.
טייל האלטן אז א שפיל פאדערט מער ווי איין שפילער וואס שפילן צוזאם; לויט זיי, איז שפיל וואס א מענטש שפילט אליין מער נישט ווי א רעטעניש.
א שפיל דארף נישט זיין נאר צווישן צוויי אדער עטליכע מענטשן. א שפיל קען זיין צווישן צוויי אדער עטליכע גרופעס. אין ספארט שפילן געווענליך צוויי גרופעס קעגן אנאנד.
א שפיל אן א ציל איז א שפילכל.
סארטן שפילן
- טאוול שפילן, למשל שאכשפיל, דאמקע
- פעדער און פאפיר שפילן
- קארטן שפילן
- באל שפילן
- מענטשן שפילן
- ווידעא שפילן
- קאמפיוטער שפילן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!