רוי:שבע ברכה ערנסטער

שבע ברכה ערנסטער (י"ט טבת ה'תרע"ט - כ"ו אייר ה'תשס"ט) איז געווען שטארק טעטיג אין דעם צווייטן וועלט קריג צו ראטעווען אידן פון די הענט פון די נאציס. זי האט געשטיצט איר מאן, הרב משה ערנסטער, אין אויפשטעלן קרית מאור חיים אין צפת און ירושלים צו לינדערן די קאסטן פון באהויזונג.

יונגע יארן

מרת שבע ברכה איז געבוירן י"ט טבת ה'תרע"ט אין גרויסווארדיין, אונגארן, (היינט רומעניע) צו איר פאטער רבי חיים מאיר האגער, דער פערטער וויזשניצער רבי, א ראפשיצער און רוזשינער אייניקל און אן אייניקל פון רבי פינחס קאריצער, און איר מוטער, מרת מרגלית טווערסקי, א טאכטער פון רבי וועלוועל טווערסקי פון רחמיסטריווקא, א טשערנאבילער אייניקל.

די צווייטע וועלט קריג

קורץ נאך דער ערשטער וועלט קריג, אין יאר תרע"ט, איז אונגארן געווארן צוטיילט, און גרויסווארדיין איז געווען אין דעם טייל וואס מ'האט געגעבן צו רומעניע. אבער אין ת"ש האט אונגארן צוריקגענומען גאנץ צפון זימבערגן, וואו גרויסווארדיין געפינט זיך, און די גרויסע יידישע געמיינדע דארטן איז געקומען אונטער דער הערשאפט פון דער נאצי סימפאטיקער רעגירונג אין אונגארן. ווען די דייטשע רשעים האבן אויפגעשטעלט א געטא פאר די אונגארישע אידן, האט זי אנגעהויבן צו העלפן א סאך אידן מיט פארשאפן פאר זיי פאלשע דאקומענטן כדי זיי זאלן האבן די מעגליכקייט אוועקצולויפן פון אונטער די אכזריות'דיגע און ברוטאלע נעגל פון די נאציס. דערצו האט זי געהאלפן ארויסשמוגלען אירע חשובע עלטערן און אנדערע משפחה מיטגלידער פון לאנד און ראטעווען זיי פון טויט.

נאך דער צווייטער וועלט קריג האט זי חתונה געהאט מיט איהר חשוב'ן מאן רבי משה ערנסטער, און א קורצע צייט דערנאך זענען זיי ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און צוזאמען האבן זיי געגרינדעט און אויפגעשטעלט די קריות "מאור החיים" אין צפת און אין ירושלים. זי איז נפטר געווארן בשיבה טובה כ"ו אייר ה'תשס"ט די ריזיגע לוויה איז פארגעקומען אין ירושלים און נאכדעם אין בני ברק פארנט פון בית המדרש הגדול "אהבת ישראל" אין קרית וויזשניץ אין באטייליגונג פון טויזנטער חסידים. זי איז באערדיגט געווארן אין וויזשניצער בית החיים אין בני ברק.


פאמיליע

מרת שבע ברכה האט חתונה געהאט מיט הרב משה ערנסטער. זייערע קינדער זענען:[1]

רעפערענצן

  דער ארטיקל בנוגע אידישקייט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!