רוי:רבן גמליאל ברבי

נשיא אין דור צווישן תנאים ואמוראים, בן רבי יהודה הנשיא

רבן גמליאל ברבי (אויך: רבן גמליאל השלישי, דער דריטער; געלעבט אין דריטן יארהונדערט) איז געווען א נשיא, פון די לעצטע תנאים, זון פון רבי יהודה הנשיא דער מסדר פון דער משנה.

וועגן דאזיגן תנא האבן די געלערנטע אידישע היסטאריקער ווייניג געשריבן; ערשט רבי יצחק אייזיק הלוי[1] ווייזט אויף פון משנה און גמרא, אז די טעטיקייט פון רבן גמליאל איז געווען זייער א גרויסע.

פון אים ווערן געברענגט אין פרקי אבות[2] די ווערטער: "יפה תלמוד תורה עם דרך ארץ" (עס איז גוט צו לערנען תורה און אויך באשעפטיגן זיך מיט א פרנסה); "וכל העוסקים עם הצבור יהיו עוסקים עמהם לשם שמים" (די וואס ארבעטן אין כלל זאכן זאלן עס טאן לשם שמים).

רעפערענצן

  1. דורות הראשונים, חלק ב'
  2. משנה, אבות פרק ב'
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!