רוי:רבי שלום יוסף פרידמאן (שפיקוב)

רבי שלום יוסף פרידמאן זצ"ל (ה'תרל"ח - פורים י"ד אדר ה'תר"פ), פון שפיקוב.

אפשטאם

רבי שלום יוסף איז געבוירן אין באהוש אין יאר ה'תרל"ח, צו זיין פאטער הרב רבי דוד פרידמאן, פון באהוש, א זון פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, א זון פון הרב רבי שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב רבי אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת דבורה א טאכטער פון הרב אברהם יהושע העשל, פון מעזיבוז.

רבנות

נאך זיין תחונה איז רבי שלום יוסף אריבער פון ראמעניע קיין רוסלאנד אין זיך באזעצט אין שפיקאוו ביי זיין שווער. ער איז געווען דער איינציגסטער רוזשינער אייניקל וואס האט געהאט ערלויבעניש צו וואוינען אין רוסלאנד.

הסתלקות

רבי שלום יוסף איז נפטר געווארן פורים י"ד אדר ה'תר"פ ער ליגט אין שפיקאוו.

פאמיליע

רבי שלום יוסף האט געהייראט מרת פייגא א טאכטער פון הרב מרדכי טווערסקי, פון שפיקאוו, אן אייניקל פון רבי איציקל סקווירער. זייערע קינדער:

  • הילד ישראל, ער איז פלוצלינג טראגיש נפטר געווארן אין יאר ה'תר"פ, אין ליגט נעבען זיין פאטער

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (56)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!