רוי:רבי שלום יהודה גראס

רבי שלום יהודה גראס איז דער אדמו"ר פון האלמין. ער וואוינט היינט אין בית שמש, ארץ ישראל.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין א דערפל אין אונגארן בערך אין יאהר תרצ"ט.

אין די קינדערישע יארן איז ער אויפגעוואקסן ביי זיין טאטנס ישיבה אין חיפה, ארץ ישראל, אין תלמוד תורה "מחזיקי תורה בית משה" שפעטער געלערנט אין סערעט ביי הגה"ק רבי ברוך האגער סערעטער רבי פון חיפה זיע"א.

שפעטער האט ער געלערנט אין דושינסקיא ביי הרב ישראל משה דושינסקיא (שפעטער געווארן א מחותן.

שפעטער אין סאטמאר-ירושלים, שפעטער אין סאטמאר וויליאמסבורג און געווארן א תלמיד מובהק פון רביה"ק רבי יואל טייטלבוים סאטמארער רבי, בעל דברי יואל זיע"א. דארטן איז ער געווען פון די נאנטסטע שטוב מענטשן ווי דער רבי האט פארטרויעט אלע סודות וואס קיינער האט נישט געוואוסט, און האט אים געגעבן דעם פולען אוטאריטעט אנצוגיין מיט גרויסע פראיעקטן בשליחותו וואס קיינער האט נישט געוואוסט. אויך האט ער מגיה געווען זיינע ספרים "ויואל משה", און "על הגאולה ועל התמורה".[מקור פארלאנגט]

אלס אינגערמאן האט אים דער סאטמארער רב געהייסן זיין א שוחט, ווייל די שוחטים זענען שוין צו אלט געווען איבער 70 יאר.[מקור פארלאנגט]

משפחה

רבי שלום יהודה האט געהייראט מרת טויבא (נפטר געווארן י"א סיון תשע"ג), א טאכטער פון רבי חיים אליהו ביטמאן. זייערע קינדער זענען:

  • רבי יעקב ישעיה זאב וואלף, רב פון קהל "באר אברהם" האלמין אין שטאט ביתר עילית - האט געהייראט מרת בתיה חיה, טאכטער פון רבי נתן דוד ראזנבוים, דער זוטשקער רבי פון בני ברק.
  • רבי אברהם חיים אלימלך, רב פון קהל תולדות משה ירושלים-בית שמש - האט געהייראט מרת גיטל, טאכטער פון הרב קלמן לייב לוסטיג.
  • מרת מרים ברכה, די ווייב פון רבי שלמה ראטה, דער שומרי אמונים רבי פון ירושלים.
  • רבי ניסן משה, רב פון "קהל חסידים" אין קרית ספר - האט געהייראט מרת רויזא לאה, טאכטער פון רבי יצחק אייזיק כהנא, א דיין אין דער עדה החרדית און רב פון קרית מנחת יצחק אין שטאט מודיעין עילית.
  • רבי דוד, רב ד'קהל האלמין אין בארא פארק - האט געהייראט מרת הינדא, טאכטער פון רבי דב (בערל) ווייס, רב פון צאנזער שיכון אין ירושלים.
  • מרת פערל מלכה, האט געהייראט רבי זאב וואלף לייפער, זון פון רבי חיים אלטער דוד פון נאדווארנא חיפה.
  • מרת חיה שרה פייגא, ווייב פון רבי אפרים דוב כהנא, דער ספינקער רבי פון אשדוד.
  • מרת פריידא, ווייב פון רבי נחמן מאסקאוויטש.

דרויסנדיגע לינקס

האלמין וועבזייטל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!