רוי:רבי שלום דובער שניאורסאהן

טעקע:Rashab.jpg
רבי שלום דובער שניאורסאהן

רבי שלום דובער שניאורסאהן (כ' חשוון ה'תרכ"א - ב' ניסן ה'תר"פ), רבי אין ליובאוויטש. באקאנט אלס דער רש"ב.

אפשטאם

רבי שלום דובער איז געבוירן אין ליובאוויטש כ' חשוון ה'תרכ"א צו זיין פאטער הרב שמואל שניאורסאהן דער מהר"ש, א זון פון הרב מנחם מענדל שניאורסאהן, דער צמח צדק, א זון פון הרב שלום שכנא אלטשאלער, א זון פון ר' נח אלטשאלער, א חסיד פון רבי מענדל האראדאקער, און צו זיין מוטער מרת רבקה א טאכטער פון הרב אהרן אלעקסאנדראוו, פון שקלאוו, אן איידעם פון רבי דובער פון ליובאוויטש, דער מיטעלער רבי.

רבנות

נאך זיין חתונה האט רבי שלום דובער זיך פארנומען מיט א שטארקער פלייסיגקייט און דעם לערנען אין דעם פארשטאנד פון חסידות, ער איז געווארן באקאנט מיט זיין חסידישקייט און אפגעהוטנקייט, מיט זיין באשעפטיגונג אין דאווענען, און איז געווארן באקאנט אלס "עובד"

אין יאר ה'תרמ"ג נאך די פטירה פון זיין פאטער, האבן די חסידים אויפגענומען רבי שלום דובער אלס ממלא מקום פון פאטער, רבי אין ליובאוויטש, כאטש ער איז געווען דער צוויטער זון. אויס רעספעקט פאר זיין עלטערן ברודער, האט רבי שלום דובער נישט געוואלט איבערנעמען די רביסטעווע, הערשט אין יאר ה'תרנ"ד ווען זיין ברודער האט זיך געצויגן קיין וויטעבסק האט ער זיך געזעצט אויף זיין פאטער'ס ארט.

הסתלקות

רבי שלום דובער איז נפטר געווארן ב' ניסן ה'תר"פ, מען האט אים געלייגט אין ראסטאוו, אין דעם אלטן בית החיים, שפעטער ווען די רעגירונג האט באשלאסן דארט צו בויען אן אויטאבאן האט מען אים אריבער געפירט אין דעם נייעם בית החיים.

פאמיליע

אין יאר ה'תרל"ה האט רבי שלום דובער געהייראט מרת שטערנא שרה, א טאכטער פון זיין פעטער הרב יוסף יצחק שניאורסאהן פון אוורוטש, א זון פון דעם צמח צדק, און אן איידעם פון הרב רבי יעקב ישראל טווערסקי פון טשערקאס. זייערע זון:

זיינע ספרים

  • ספר המאמרים - אומגעפער ניין און צוואנציג בענדער.
  • אגרות קודש.
  • תורת שלום.
  • קונטרס ומעיין.
  • קונטרס התפלה.
  • קונטרס העבודה.
  • קונטרס עץ החיים.
  • קונטרס הכולל.
  • קונטרס חנוך לנער.

זעט אויך

רעפערענצען


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!