רוי:רבי שאול משה זילבערמאן

וויערשאווער רב

הרב שאול משה זילבערמאן (ט"ו אלול תר"י, אויגוסט 1850 - כ"ג תמוז תרצ"ט, יולי 1939) איז געווען א רב אין פוילן. ער האט געדינט אין רבנות אין עטליכע שטעט, און איז באוואוסט אויפן נאמען פון זיין רבנות אין וויערשאוו. אין זיינע לעצטע יארן איז ער געווען רב פון די גערער חסידים אין ארץ ישראל.

לעבנסגעשיכטע

ער איז געבוירן געווארן צו רבי יצחק אייזיק אלימלך זילבערמאן, א זון פון רבי שאול זילבערמאן, א קאצקער חסיד, און זיין ווייב מרים, טאכטער פון רבי שר שלום, אב בית דין פון פיאנטקע און אן אייניקל פונעם מהרש"ל. אין זיין יוגנט איז ער געווארן קראנק אט ביז צום טויט אבער ער האט זיך ווידערגעהוילט. ביי די 10 יאר איז ער געפארן מיט זיין פעטער ר' אלחנן פון פיאנטקע צום חידושי הרי"ם פון גער. דער חידושי הרי"ם האט גערעדט מיט אים אין לערנען, דערנאך האט ער אים געהייסן לערנען שלחן ערוך יורה דעה.[1] אויך האט דער רבי אים געהייסן גיין לערנען ביי ל רבי שלום צבי הכהן אין זגיערזש. אבער צוליב זיין עלטער האט דער זגיערשער רב נישט געוואלט אים נעמען אין דער ישיבה. דאס נעקסטע מאל ווען ער איז געפארן צום חידושי הרי"ם, האט ער אים געפרעגט צי ער לערנט דארט, און ווען ער האט אים געענטפערט אז נישט האט ער אים געשיקט נאכאמאל זאגנדיק אז ער זאל איבערגעבן אז  דער רבי האט אים געשיקט. אט דעמאלסט האט מען אים אריינגענומען אין דער ישיבה. אין גער איז ער געווארן נאנט צום רבי'נס אייניקל, רבי יהודה לייב אלטער.

אין אנהייב יאר תרכ"ו בערך, איז ער געפארן לערנען אין קראשנעוויץ ביים ראש ישיבה און שטאטס רב הרב רבי אברהם בארנשטיין, וואס איז שפעטער געווארן רב פון סאכאטשאוו און געפירט א רביסטעווע דארט.[2] נאך דער פטירה פונעם חידושי הרי"ם פון גער איז ער געפארן צוזאמען מיט רבי אברהם צו העניך פון אלעקסאנדער. אין תרכ"ח האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון ר' אברהם מיכאל טונדאווסקי פון דווארט. נאך דער פטירה פונעם רבי'ן רבי העניך פון אלעקסאנדער אין תר"ל, האט זיין רבי, רבי אברהם אנגעהויבן פירן א רביסטעווע. הרב שאול משה איז געבליבן א גערער חסיד, אבער ער האט זיך געהאלטן טריי צו רבי אברהם, דעם "אבני נזר". אויך האט ער געלערנט ביי הרב יהושע טרונק פון קוטנא.

אין אדר תרמ"ט ווען דער ראש בית דין פון וויערשאוו, רבי יעקב נפתלי זילבערבערג, האט פארלאזט די שטאט, האט מען אים גערופן צו דינען דארט. ער האט אריבערגעפירט זיין ישיבה קיין וויערשאוו, און הונדערטער תלמידים האבן געלערנט ביי אים.

אין יאר תרע"ב האט דער גערער רבי געשיקט אים אין ארץ ישראל.

ווען די ערשטע וועלט-מלחמה האט אויסגעבראכן אין תרע"ד איז ער אנטלאפן פון זיין שטאט ווען ער איז דערגאנגען אז די רוסן וויל אים האלטן אלס ערבניק. ער איז אנגעקומען קיין לאדזש וואו מען האט אים באשטימט ראב"ד און אויפפאסער אויף כשרות.

אין יאר תר"פ האט ער אנגעהויבן זיך צוגרייטן איבערלאזן פוילן, און אין תרפ"ד איז ער ארויף קיין ארץ ישראל, וואו ער האט זיך באזעצט אין דרום תל אביב. די גערער חסידים אין ארץ ישראל, און בפרט אין דעם "נחלת בנימין" שטיבל האבן אים אויפגענועמן ווי רב און אנפירער. ער איז געווארן א מיטגליד אין דעם תל אביב ראבינאט.

משפחה

  • זיין זון רבי יהושע, איז געווארן זיין ממלא מקום אין דעם רבנות פון די גערער חסידים אין תל אביב און ווי א מיטגליד אין דעם תל אביב מועצת הרבנות.[3]
  • זיין זון הרב אברהם צבי, רב פון פראשקע, און שווער פון של הרב יששכר תמר, מחבר פון "עלי תמר" אויף ירושלמי.
  • זיין איידעם איז געווען רבי אברהם מרדכי אלטער, זון פון רבי משה בצלאל אלטער און שווער פון רבי פינחס מנחם אלטער, דער "פני מנחם" פון גער. זיין אוראייניקל רבי שאול אלטער איז גערופן אויפן נאמען פון זיין עלטער־זיידן.
  • זיין איידעם הרב ישראל מאנדל, פאטער פון מאיר מאנדל, וואס איז געווען אן איידעם ביים גערער רבי'ן  שמחה בונים אלטער, דער "לב שמחה".

זיינע ספרים

  • חידושי רבי שאול על הש"ס[4]
  • שו"ת רבי שאול משה, תשי"ט
  • פרדס שאול על התורה וחמש מגילות. תשל"ז
  • אבני שהם, חידושים על סדר מועד, רמב"ם הלכות שבת ושלחן ערוך הלכות עירובין. תשנ"א

ליינט ווייטער

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. אין גער איז נישט געווען אנגענומען פאר א בחור אדער א יונגערמאן צו לערנען יורה דעה. ר' הירש טאמאשאווער אמר לשאול משה שהוראה זו היא סמיכה לרבנות.
  2. מכתבו לספר "אביר הרועים" באתר היברובוקס.
  3. הרב זילבערמאן - חבר הרבנות הראשית בת"א, הצופה, נאוועמבער 12, 1939
  4. על מסכת בבא מציעא באתר היברו בוקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!