קבר רבי מאיר בעל הנס, זולטן קלוגר 1937
קבר רבי מאיר בעל הנס
תפלות שונות. תרס"ה. בגדד. מאיר בת עין

רבי מאיר גערופן רבי נהוראי אדער אחרים, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט דריי הונדערט זעקס און פופציג מאל אין משניות.

צייט

רבי מאיר איז געווען פון פינפטן דור תנאים, און פון צענטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה.[1]

ער האט געשטאמט פון נירון קיסר וואס דער רומישער קיסר האט אים געשיקט ער זאל חרוב מאכן דעם בית המקדש, נירון קיסר איז אנטלאפן און זיך מגייר געווען און ר' מאיר איז ארויס געקומען פון אים[2]

עס איז געווען א תלמיד פון אלישע בן אבויה. און דערנאך א תלמיד פון רבי עקיבא[3]

באשעפטוגונג

א גרויסער סופר און שרייבער, ער האט געקענט די גאנצע תורה מיט אלע חסרות ויתרות אויף אויסענווייניג בעל פה.[4] דער מדרש פארציילט ער האט פארדינט דריי סלעים יעדע וואך, איין סלע האט גענוצט צו קויפן עסן, איין סלע צו קליידער און דער דריטער סלע האט ער געגעבן צדקה פאר א צווייטן.

חכמה

זיין גרויסקייט אין תורה איז איבארשרייבלעך, ער איז געווען אזוי גרויס אין לערנען אז די גמרא זאגט [5] עס איז נישט געווען אין זיין דור אזא גרויסער מענטש ווי ער, ער האט געקענט אויפצייגן אויף יעדע זאך פונקט דאס פארקערטע, אויף א טמא'נע זאך האט ער געקענט ברענגן ראיות אז עס איז טהור, אויף א טהור'ע זאך האט ער געקענט ברענגען ראיות עס איז טמא, נאר מען האט נישט באשטימטע די הלכה זאל בלייבן ווי ער, וויבאלד מען האט נישט געקענט געהעריג פארשטיין זיין טיעפן פארשטאנד. איינער וואס האט אים געזעהן אין בית המדרש האט זיך דעדוכט ווי ער רייסט אויס בערג און צורייבט איהר איינס און צווייטען (סנהדרין דכ"ד). זיין חכמה איז געווען אזוי גרויס אז דער ירושלמי [6] זאגט אז ווען עס האט אנגעכאפט דעם שטעקן פון רבי מאיר האט זיך געלערענט דערפון חכמה.

רבי האט געזאגט דעריבער בין איך שארפער און קלוגער ווי מיינע חברים ווייל איך האב געזען רבי מאיר פוו הינטן אויב וואלט איך אים געזען פון פארענט וואלט איך נאך שארפער געווען.[7]

רבי מאיר האט אייביג געקוקט אויפן נאמען פון א מענטש, לויט זיין נאמען האט ער אפגעמאכט וואס יענער איז [8]

אין מאכן משלים איז ער אויך געווען גרויס, חז"לֹ זאגן [9] ווען רבי מאיר איז אוועק זענען בטל געווארן די מושלי משלים.

זיין פרוי איז געווען די באקאנטע ברוריה.

הייליגקייט

ר' יוסי האט געזאגט אויף אים ער איז א באהאלטענער און הייליגער מאן[10] אין הימל האט מען אויסגערופען: זייט געווארנט פון רבי מאיר מיט זיין תורה [11]

א מערקווירדיגע מעשה ווערט דערציילט אויף אים וויאזוי ער האט זיך אויספרויבירט צו ער איז איז מזומן לחיי עולם הבא, ער האט זיך געווארפן פאר לייבן און קיינער האט אים נישט גע'הרג'ט זעה אין ספר אוצר המדרשים אין ספר המעשיות.

נאמען אחרים

סוף מסכת הוריות זאגט די גמרא אז צוליב א מחלוקה האט מען גערופן ר' מאיר מיטן נאמען אחרים, דעריבער ווי עס שטייט אין תלמוד אחרים אומרים, איז די כוונה צו רבי מאיר. תוספות אין מסכת סוטה (י"ב ע"א) און עבו"ז (דס"ד ע"ב) זאגט אז די אלע מאמרים וואס ר' מאיר האט מקבל געווען פון זיין רבי אלישע בן אבויה האט מען עס געשריבן בשם אחר, וויבאלד אלישע האט אויך געהייסן אחר, און זיין אייגענע מאמרים האט מען קובע געווען בשם אחר.

פטירה

רבי מאיר איז נסתלק געוואן אין אסיא, ווייט אוועק פון זיין שטאט, ער האט געהייסן מען זאל ארויף לייגן זיין ארון אויף וואסער און עס איז געשווימן ביז טבריה.[12]

אין משניות

רבי מאיר ווערט דערמאנט אין יעדע מסכת פון ש"ס, אויסער פינף מסכתות - מסכת ראש השנה, מסכת חגיגה, מסכת תמיד מסכת קנים, מסכת זבים.

סדר זרעים - (פופציג מאל):

  • מסכת ברכות - איין מאל - פרק ב' משנה א'.
  • מסכת פאה - זעקס מאל - פרק ב' משנה א' .. פרק ד' משנה י"א .. פרק ה' משנה ג' .. פרק ז' משנה ב', ה' .. פרק ח' משנה ה'.
  • מסכת דמאי - פיר מאל - פרק א' משנה ב' .. פרק ב' משנה ה' .. פרק ה' משנה ג', ד'.
  • מסכת כלאים - ניין מאל - פרק ב' משנה ט', י"א .. פרק ג' משנה ז' .. פרק ד' משנה ט' .. פרק ה' משנה א' .. פרק ו' משנה ה' .. פרק ז' משנה ב' .. פרק ח' משנה ג' ו'.
  • מסכת שביעית - זעקס מאל - פרק ב' משנה ט' .. פרק ג' משנה א', ג', ט' .. פרק ה' משנה ב' .. פרק ז' משנה ב'.
  • מסכת תרומות - צען מאל - פרק ד' משנה א', ב' .. פרק ו' משנה ג', ה' .. פרק ז' משנה ב', ה', ו', ז' .. פרק י' משנה ג' .. פרק י"א משנה י'.
  • מסכת מעשרות - פיר מאל - פרק ב' משנה ג', ה' .. פרק ד' משנה ד' .. פרק ה' משנה ח'.
  • מסכת מעשר שני - צוויי מאל - פרק ב' משנה ח' .. פרק ה' משנה י"ד.
  • מסכת חלה - איין מאל - פרק א' משנה ב'.
  • מסכת ערלה - פינף מאל - פרק א' משנה ה' .. פרק ג' משנה א', ב', ו', ז'.
  • מסכת ביכורים - צוויי מאל - פרק א' משנה ו', י"א.

סדר מועד - (זיבן און פערציג מאל):

  • מסכת שבת - פיר מאל - פרק ו' משנה ג', ח' י' .. פרק ח' משנה ז' (2 מאל) .. פרק ט"ו משנה א'.
  • מסכת עירובין - פופצן מאל - פרק א' משנה ז' .. פרק ב' משנה א' (2 מאל) .. פרק ג' משנה ד' .. פרק ד' משנה ד', ט', י' .. פרק ה' משנה ב', ד' .. פרק ו' משנה א', ד' .. פרק ח' משנה ב', ה' .. פרק ט' משנה א' .. פרק י' משנה ט'.
  • מסכת פסחים - זיבן מאל - פרק א' משנה ד' ז' .. פרק ב' משנה ח' .. פרק ג' משנה ו', ח .. פרק ד' משנה ו' .. פרק ו' משנה ה'.
  • מסכת שקלים - פינף מאל - פרק א' משנה ו', ז' .. פרק ב' משנה ה' .. פרק ח' משנה א', ב'.
  • מסכת יומא - דריי מאל - פרק ג' משנה ו', ז' .. פרק ד' משנה ו'.
  • מסכת סוכה - זעקס מאל - פרק א' משנה ו', ז' .. פרק ג' משנה ו', ז', ח' (2 מאל).
  • מסכת ביצה - איין מאל - פרק ד' משנה ג'.
  • מסכת תענית - צוויי מאל - פרק א' משנה ב' .. פרק ב' משנה י'.
  • מסכת מגילה - צוויי מאל - פרק ב' משנה ג' .. פרק ג' משנה ב'.
  • מסכת מועד קטן - צוויי מאל - פרק א' משנה ה' (2 מאל).

סדר נשים - (פיר און פופציג מאל):

  • מסכת יבמות - צוויי מאל - פרק ט"ו משנה ה' .. פרק ט"ז משנה ד'.
  • מסכת כתובות - ניין מאל - פרק א' משנה ג' .. פרק ה' משנה א', ד' .. פרק ו' משנה ז' .. פרק ז' משנה ח', י' .. פרק ח' משנה ג', ז' .. פרק י"ב משנה ד'.
  • מסכת נדרים - זעכצן מאל - פרק א' משנה ד' .. פרק ב' משנה ד', ה' .. פרק ג' משנה ט' .. פרק ד' משנה ד' .. פרק ז' משנה ב' (2 מאל), ד', ה' .. פרק ח' משנה ב', ה', ז' .. פרק ט' משנה ג', ד', ח' .. פרק י"א משנה ז'.
  • מסכת נזיר - פינף מאל - פרק א' משנה א' .. פרק ב' משנה ו' .. פרק ו' משנה ח' .. פרק ז' משנה ד' .. פרק ט' משנה א'.
  • מסכת סוטה - ניין מאל - פרק ב' משנה ה' .. פרק ד' משנה ג' .. פרק ט' משנה ט"ו.
  • מסכת גיטין - פינף מאל - פרק א' משנה ב', ו' .. פרק ד' משנה ז' .. פרק ה' משנה א' .. פרק ו' משנה ז'.
  • מסכת קידושין - אכט מאל - פרק א' משנה ג', ד' .. פרק ב' משנה ח' (2 מאל) .. פרק ג' משנה ד', ט' (2 מאל) .. פרק ד' משנה י"ד.

סדר נזיקין - (זעקס און פופציג מאל):

  • מסכת בבא קמא - זיבן מאל - פרק ב' משנה ד' .. פרק ג' משנה ט' .. פרק ד' משנה א', ד', ט' .. פרק ט' משנה ב', ד'.
  • מסכת בבא מציעא - זיבן מאל - פרק א' משנה ו .. פרק ב' משנה א', ו' .. פרק ג' משנה י"א .. פרק ד' משנה ה' ..פרק ו' משנה ה' .. פרק ס' משנה ט' .. פרק י' משנה ו'.
  • מסכת בבא בתרא - צוויי מאל - פרק ה' משנה ד' .. פרק ט' משנה ו'.
  • מסכת סנהדרין - ניין מאל - פרק א' משנה א', ב' .. פרק ב' משנה א' .. פרק ג' משנה א' (2 מאל), ב' (2 מאל) .. פרק ו' משנה ה' .. פרק ז' משנה ח'.
  • מסכת מכות - זעקס מאל - פרק א' משנה ב', ג' .. פרק ב' משנה ג', ה', ח' (2 מאל).
  • מסכת שבועות - צען מאל - פרק א' משנה ד' .. פרק ד' משנה א', י"ג (3 מאל) .. פרק ה' משנה א', ג' .. פרק ו' משנה ו' (2 מאל) .. פרק ז' משנה ד'.
  • מסכת עבודה זרה - אכט מאל - פרק א' משנה ג', ה', ח' .. פרק ב' משנה ב', ד' (3 מאל) .. פרק ג' משנה א'.
  • מסכת עדיות - צוויי מאל - פרק א' משנה ט' .. פרק ג' משנה א'.
  • מסכת אבות - דריי מאל - פרק ג' משנה ח' .. פרק ד' משנה י' .. פרק ו' משנה א'.
  • מסכת הוריות - צוויי מאל - פרק א' משנה ה' (2 מאל).

סדר קדשים - (פינף און פערציג מאל):

  • מסכת זבחים - זיבן מאל - פרק ד' משנה ג' (2 מאל), ה' .. פרק ז' משנה ו' (2 מאל) .. פרק י' משנה ו', ז'.
  • מסכת מנחות - צען מאל - פרק ב' משנה ד', ה' (3 מאל) .. פרק ה' משנה א' .. פרק ו' משנה ה' .. פרק ט' משנה א' .. פרק י' משנה ד', ה' .. פרק י"א משנה ה'.
  • מסכת חולין - עלף מאל - פרק ג' משנה ב' .. פרק ד' משנה ד' (2 מאל), ה' .. פרק ה' משנה ג' .. פרק ו' משנה ב', ג' .. פרק ז' משנה א' .. פרק ט' משנה ז' (2 מאל), ח'.
  • מסכת בכורות - עלף מאל - פרק ב' משנה ח' .. פרק ד' משנה ג' .. פרק ה' משנה ד' .. פרק ח' משנה א', ג', ד', י' .. פרק ט' משנה ב', ה' ח' (2 מאל).
  • מסכת ערכין - פינף מאל - פרק א' משנה ב' .. פרק ב' משנה א', ד' .. פרק ז' משנה ה' .. פרק ט' משנה ה'.
  • מסכת תמורה - דריי מאל - פרק ב' משנה א' .. פרק ה' משנה ג', ד'.
  • מסכת כריתות - זיבן מאל - פרק א' משנה ב', ג' .. פרק ג' משנה א' (2 מאל), ג', ד' .. פרק ו' משנה א'.
  • מסכת מעילה - איין מאל - פרק ו' משנה ה'.
  • מסכת מדות - איין מאל - פרק ב' משנה ב'.

סדר טהרות - (הונדערט און פיר מאל):

  • מסכת כלים - פיר און דרייסיג מאל - פרק ג' משנה ב', ה' .. פרק ה' משנה א', ג', ז' .. פרק ז' משנה ב', ה' (4 מאל) .. פרק ח' משנה י' .. פרק י"ג משנה ד' .. פרק ט"ו משנה א' (2 מאל), ד' .. פרק ט"ז משנה א' .. פרק י"ז משנה ד', ה', י', י"א .. פרק י"ח משנה ד' .. פרק י"ט משנה ג', ד', ט', י' .. פרק כ"ה משנה א' (2 מאל), ב', ג', ה', ז' .. פרק כ"ו משנה ד' .. פרק כ"ז משנה ב' .. פרק כ"ח משנה ו'.
  • מסכת אהלות - צוועלף מאל - פרק ב' משנה ג' .. פרק ג' משנה א' .. פרק ו' משנה ג' .. פרק ז' משנה ה' .. פרק ח' משנה ב' .. פרק י' משנה ב', ג' .. פרק י"א משנה ז' .. פרק י"ג משנה ו' .. פרק ט"ו משנה ט' .. פרק ט"ז משנה ב' .. פרק י"ח משנה ב'.
  • מסכת נגעים - ניין מאל - פרק א' משנה א' .. פרק ב' משנה ב', ה' .. פרק ד' משנה ד' .. פרק ו' משנה ג' .. פרק ח' משנה ו' .. פרק י"א משנה ג' .. פרק י"ב משנה ה' .. פרק י"ג משנה י"ב.
  • מסכת פרה - צוועלף מאל - פרק א' משנה א', ב' .. פרק ב' משנה ה' .. פרק ג' משנה ה' .. פרק ה' משנה א' .. פרק ו' משנה ב' (2 מאל) .. פרק ח' משנה ח' .. פרק י"א משנה ד', ה', ו', ח'.
  • מסכת טהרות - פערצן מאל - פרק א' משנה א' .. פרק ג' משנה ב', ח' .. פרק ה' משנה ז' (2 מאל), ט' .. פרק ו' משנה ט' .. פרק ז' משנה ב', ג', ד' .. פרק ח' משנה ד' .. פרק ט' משנה ד' .. פרק י' משנה א', ג'.
  • מסכת מקואות - פיר מאל - פרק ב' משנה י' .. פרק ד' משנה א' .. פרק ה' משנה ד' .. פרק ו' משנה י'.
  • מסכת נדה - צען מאל - פרק א' משנה ד' .. פרק ב' משנה ו' .. פרק ג' משנה ב' .. פרק ד' משנה ה', ז' .. פרק ו' משנה א', י"ג .. פרק ז' משנה ג' .. פרק ט' משנה א', ה'.
  • מסכת מכשירין - פיר מאל - פרק ב' משנה י' .. פרק ג' משנה ג' .. פרק ו' משנה ב', ה'.
  • מסכת טבול יום - דריי מאל - פרק א' משנה ה' .. פרק ג' משנה א', ו'.
  • מסכת ידים - איין מאל - פרק ב' משנה א'.
  • מסכת עוקצין - איין מאל - פרק א' משנה ב'.

זעט אויך

וועבלינקן

רעפרענצען

  1. רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד
  2. (גיטין נ"ו ע"א)
  3. יבמות קכא ע"א
  4. (זעה מסכת עירובין י"ג ע"א).
  5. (עירובין י"ג ע"א)
  6. (נדרים פ"ט)
  7. (עירובין).
  8. יומא פג ב
  9. (סוטה מט)
  10. ירושלמי מועד קטן פ"ג ה"ה
  11. קידושין פ"א ע"א
  12. ירושלמי סוף כלאים


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!