רוי:רבי ישראל מאיר הכהן

רבי ישראל מאיר הכהן
אלט זייענדיג 91, אויף זיין וויזיט צום פוילישן פּרעמיער מיניסטער
אלט זייענדיג 91, אויף זיין וויזיט צום פוילישן פּרעמיער מיניסטער
געבורט י"א שבט תקצ"ט
זשעטל, רוסישע אימפעריע
פטירה כ"ד אלול תרצ"ג
ראדין
באשעפטיגונג הלכה, מיליטער, תשובה, מוסר, תנ"ך, אגדתא, סדר קדשים
חיבורים משנה ברורה, חפץ חיים, שמירת הלשון, זכור למרים, אהבת חסד, מחנה ישראל, ליקוטי הלכות, נדחי ישראל, ספר המצוות הקצר, חומת הדת און נאך.
חפץ חיים - תמונה נדירה.jpg

דער חפץ חיים, רבי ישראל מאיר הכהן[1] פון ראדין (י"א שבט תקצ"ט - כ"ד אלול תרצ"ג), איז געווען דער גרינדער פון דער ישיבה אין ראדין, פוילן, און איינער פון די גרינדער פון אגודת ישראל. ער האט פארפאסט די איינפלוסרייכע ספרים חפץ חיים און משנה ברורה, וואס זענען ברייט אויפגענומען אין דער אידישער וועלט, און נאך א סך ספרים.

יונגע יארן

ישראל מאיר איז געבוירן געווארן אין זשעטל, ליטע (היינט בעלארוס), י"א שבט, ה'תקצ"ט. ביי די צען יאר איז ער פאר'יתומ'ט געווארן פון זיין פאטער. זיין מוטער האט חתונה געהאט א זיווג שני מיטן נאמען פאפקא. ווען ישראל מאיר איז געווען אלט 17 יאר האט ער חתונה געהאט מיט זיין שטיף-שוועסטער.

ער איז געווען א תלמיד פון ר' נחום'קע פון הורודנא.

נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין ראדין, א שטעטל נישט ווייט פון ווילנע. שפעטער איז ער געווארן א ראש ישיבה אין וואשילשאק, ווילנער גובערניע; דארט פלעג ער עסן ביים ראש ישיבה, רבי יצחק הכהן קאפלאן. זיין געהאלט איז געווען 50 רובל א זמן.

א שטיק צייט האט ער פארדינט זיין פרנסה פון א קלייט וואס ער האט געהאלטן, אבער שפעטער האט ער זי פארמאכט, זאגנדיג אז ער נעמט אוועק פרנסה פון די אנדערע סוחרים.

תורה און כלל-ארבעט

ער איז געווען פון די גדולי הדור און איז געווען איינער פון די מייסדים פון אגודת ישראל.

צווישן די ספרים וואס ער האט געשריבן זענען דער "חפץ חיים" (וועגן די דינים פון לשון הרע, רכילות און מוציא שם רע) און "שמירת הלשון" (וואס רעדט ארום די וויכטיגקייט פון געבן אכט אויף וואס מען רעדט ארויס. ווי אויך "ליקוטי הלכות" אויף די מסכתות אין סדרים זרעים און קדשים וואס האבן נישט קיין רי"ף.

ער האט אויך ארויסגעגעבן דעם באקאנטן "משנה ברורה" דער הלכה ספר וואס איז געווארן צאמגעקליבן דורך א שטאב כולל אינגעלייט אונטער זיין אנפירערשאפט, און געווידמעט זיין לעבן מען זאל נישט רעדן קיין לשון הרע שלעכטע רייד אויף אן אנדערן.

געווען א גרויסער עניו, און אליינס פארקויפט זיינע ספרים.

ער איז נפטר געווען אין ראדין אום כ"ד אלול ה'תרצ"ג.

משפחה

פון זיין ערשטן זיווג:

  • הרב אריה לייב הכהן פופקא
  • גיטל - ווייב פון הרב אהרן הכהן, מחבר הספר "עבודת הקרבנות".
  • שרה – ווייב פון הרב צבי הירש לעווינסאן, רעכטער האנט פונעם חפץ חיים אין דער ראדינער ישיבה
  • אברהם – נפטר אין תרנ"ב, אין זיינע 20ער יארן.

פון זיין צווייטן זיווג:

  • הרב אהרן הכהן קאגאן – אין די 1940ער יארן איז ער געווען רב פון א שול אין מאנטרעאל, קאנאדע. אין 1945 איז ער אריבער קיין ניו יארק. נפטר אין תשי"ז. קיינמאל נישט חתונה געהאט.
  • פייגא חיה – ווייב פון הרב מנחם מענדל זאקס.
    • הרב הלל זאקס, ראש ישיבה פון חברון און כנסת הגדולה

זיינע ספרים

  • משנה ברורה
  • חפץ חיים
  • שמירת הלשון
  • אהבת חסד
  • נדחי ישראל
  • זכור למרים
  • תורת הבית
  • מחנה ישראל
  • ליקוטי הלכות (אויף מסכתות וואס האבן נישט קיין רי"ף)

רשימה פון ווערטער אויף יידיש וואס מען טרעפט אין דעם חפץ חיים'ס ספרים

אהבת חסד

ניו יארק טיימס ארטיקל

די ניו יארק טיימס צייטונג האט א טאג נאך דעם חפץ חיים'ס פטירה פארעפנטליכט אן הספד אויף זייער הויפט בלאט. צווישן אנדערע זאגן זיי אז ער איז געווען 105 יאר אלט.

רעפערענצן

  1. ער האט נישט גענוצט זיין פאמיליע נאָמען; זיין נאָמען "כהן" איז געווען טראַנסקריבירט אין רוסיש ווי קאַגאַן און איז געבליבן ווי אַ פאַמיליע נאמען ביי עטליכע פון זיינע קינדער. אין אפיציעלע דאָקומענטן ערשיינט ער מיטן נאָמען פופקא, וואָס זיין עלטערער זון האט אויך אַדאַפּטירט. זעט מער: ראובן אליצור, דגל מחנה ראובן, בני ברק תשע"ב, עמ' שעו-שעז. דער אָריגינעלער בריוו ווערט געברענגט אין שנות דור ודור, ראובן דוב דעסלער, ירושלים תש"ס, עמ' רצג-רצד.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!