דרעפט:רבי ישראל מאיר הכהן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' ישראל מאיר ב"ר אריה לייב הכהן איז געבוירן געווארן עלף טעג אין שבט, אינעם יאר תקצ"ט, אינעם שטעטל זיטל, סלאָנימער קרייז, פּוילן. צו צען יאר איז ער געפארן קיין ווילנא לערנען. צו פערצן יאר איז זיין פאטער, וועלכער איז געווען א גדול בתורה, געשטארבן. ער איז געבליבן אין ווילנא, און ער האט געלערנט מיט גרויס התמדה. זיין מוטער האט חתונה געהאט מיט אַן אלמן, א בעל הבית פון דער שטאט ראַדין, און זיי האבן געוואוינט דארט. דער מאן האט געהאט זיין אייגנס א טאכטער, האבן זיי זיך משדך געווען, און זיי האבן זיי געפירט צו דער חופּה. דער שווער האט זיי געגעבן קעסט, און דער איידעם איז געזעסן און האט געלערנט. עטליכע יאר שפּעטער האט זיין ווייב געעפנט א געוועלבל און עס האט אריינגעבראכט "וואסער אויף קאשע". און אזוי ווי די פרוי האט נישט געקענט שרייבן, האט דער מאן איר געהאלפן מיט די חשבונות ביינאכט, נאך זיין אהיים קומען פונעם בית המדרש.

ר' ישראל מאיר האט געלערנט מיט די ארימע בעלי מלאכות אין בית המדרש "חיי אדם". ער האט איינגעפלאנצט אין זיי יראת שמים. שבת פלעגט ער לערנען חומש מיט רש"י מיט זיי. ער האט געגרינדעט א "גמילות חסדים קאסע" צו לייען געלט די נויט־באדערפטיגע. ער האט געהאלפן יעדן מיט געלט, מיט א גוט ווארט, מיט ראַט און מיט טאט. די מערסטע נעכט פון דער וואך איז ער געווען אין בית המדרש. ער האט געהאט דארט צוויי קליינע קישעלעך זיך צו צושפּארן ווען עס איז געווען נויטיג. האט זיך געמאכט אז מען האט געדארפט חתונה מאכן אַן ארימע כלה, און ווייבער זענען ארום געגאנגען אין שטאט צונויף נעמען פעדערן אויף קישנס פאר דער כלה. ווען ר' ישראל מאיר איז געוואר געווארן דערפון, האט ער זיי אוועק געגעבן די קישעלעך.

צו דרייסיג יאר האט ער אנגעהויבן שרייבן זיין ספר "חפץ חיים" וועלכער ענטהאלט הלכות קעגן רעדן לשון הרע און רכילות. ער אליין איז ארום געפארן זאמלען פּרענומעראנטן צו קענען דרוקן דעם ספר. אין דעם יאר תרל"ג האט ער אפּגעדרוקט דעם ספר אין ווילנא אונטערן נאמען "חפץ חיים". ער אליין איז ארום געפארן אפּצוגעבן דעם ספר די פּרענומעראנטן. מיט דער צייט איז מען פארשטייט זיך, געוואר געווארן אז ר' ישראל מאיר הכהן איז דער מחבר פון דעם ספר "חפץ חיים". צוויי יאר שפּעטער האט ער פארעפנטליכט זיין ספר "שמירת הלשון", אז מען דארף היטן די צונג, די שפּראך; מען דארף רעדן וואס ווייניגער, און זיין פארזיכטיג מיט יעדער ווארט. צו גלייכער צייט האט ער געפאדערט פון די קרעמער אז זיי זאלן זיין פארזיכטיג מיט דער וואג און מיט דער מאָס.

אין זומער תרל"ה האט ער אנגעהויבן ארבעטן אויף זיין גרויס ווערק "משנה ברורה" אויפן "אורח חיים". און דאס האט גענומען אכט און צוואנציג יאר. אינעם יאר תר"מ האט ער פארעפנטליכט זיין ספר "מחנה ישראל" אלס א וועג־ווייזער פאר די אידישע סאלדאטן, זיי זאלן נישט אראפּגיין פונעם גלייכן וועג. דערווייל האט זיין ווייב פארמאכט דאס קרעמל, און זיי האבן געצויגן זייער אָרים שטיקל ברויט פונעם פארקויפן זיינע ספרים. ווען דער ראדינער רב איז אוועקגעפארן קיין ארץ ישראל, האט מען אנגעבאטן דעם "חפץ חיים" דעם "כתר הרבנות". ער האט עס אנגענומען מיט דעם באדינג, אז זיי מוזן אים שטענדיג פאלגן, און אין אלץ. דערווייל האבן צוויי בעלי בתים זיך צעקריגט, און איינער האט נישט געוואלט אננעמען זיין פּסק. האט ער צוריק געוויזן זייער אנבאט, און ער האט קיינמאל מער אנגענומען א רבנות.

ער האט חתונה געמאכט זיינע צוויי טעכטער צו צוויי גאונישע חתנים, ר' אהרן הכהן און ר' צבי הירש לעווינסאָן. די "משנה ברורה" האט אנגעהויבן צו ערשיינען. עס איז ארויס זיין ספר "אהבת חסד", א צוגאב צום ספר "חפץ חיים". זיינע צוויי איידעמס האבן אים געהאלפן פירן די ישיבה, וועלכע ער האט געגרינדעט. עס זענען ערשינען זיינע ספרים "נדחי ישראל", "תורת הבית".

אין זומער תרפ"ד האט ער אנידער געלייגט דעם באזיס פאר דער גרינדונג פון די פאראייניגטע ישיבות אין ווילנא. דער "חפץ חיים" האט שטארק געוואלט פארן קיין ארץ ישראל. דערווייל איז געשטארבן זיין רביצין (די צווייטע פרוי), זיין אינגסטע טאכטער איז געווארן קראנק. זיין געזונט צושטאנד איז געווארן זייער שוואך, און די דאקטוירים האבן אים פארבאטן צו פארן. און כ"ד אלול אינעם יאר תרצ"ג איז דער "חפץ חיים" נפטר געווארן אין ראַדין.

אגב'דיגס, ער האט געזאגט: ווען א גוי טראגט א היטל איז ער נישט א איד. ווען א איד טראגט נישט א היטל איז ער א גוי.