רוי:רבי ירחמיאל אונגער

רבי ירחמיאל אונגער (ה'תרע"ו - ג' שבט ה'תשנ"ט) איז געווען א מגיד שיעור אין דער חתן סופר ישיבה אין ברוקלין.

אפשטאם

נוסח פון זיין מציבה

פ"נ פאר מקדשים הרהגה"צ רבי ירחמיאל אונגער זצ"ל בן הרהגה"צ רבי מאיר מרדכי דוד זצ"ל בן הרהגה"צ רבי ישראל זצ"ל בן הרהגה"צ רבי מנחם מענדל זצ"ל בן הגאון הקדוש רבי מרדכי דוד זצוק"ל אדמו"ר מדאמבראווא וחתן הרהגה"צ רבי חיים יעקב סאפרין זצ"ל אדמו"ר מקאמרנא ירא את ד' במצותיו חפץ מאד וקיימם בכל דקדוקיהם ריבץ תורה מ' שנה לתלמידים והכניס אמונה בלבביהם חושק ושוקד בתורה מתוך הדחק ויסורין ובקי בכל נתיבותי' מתפלל בהתלהבות קודש וזהיר מאד בכבוד התפילה ובהלכותי' יליד אמעריקא ושם נתגדל בקדושה ובטהרה באותם הימים איש אמת וישר אזר עוז להציל עשוק מיד קמים לתויר"ש וחסידות חינך את זרעו והדריכם בדרך תמים נלב"ע בן פ"ב שנה ביום ג' שבט תשנ"ט לפ"ק והוא לקבורה ה' שבט תנצב"ה


פ"נ הרהגה"צ רבי ירחמיאל אונגער זצ"ל נכד הגאון הקדוש מדאמבראווא זצוק"ל והגאון הקדוש רבי מאיר'ל מאפטא בעל אור לשמים זצוק"ל ושם אמו טויבא

ירחמיאל איז געבוירן ה'תרע"ו אין לאוער איסט סייד פון ניו יארק צו טויבא און רבי מאיר מרדכי דוד אונגער, דיין אין מעליץ, און בעל תפילה אין די ימים נוראים פארן מעליצער רבי'ן, וואס האט אימיגרירט קיין אמעריקע אין תרס"ט. הרב מאיר מרדכי דוד איז געווען א זון פון הרב ישראל אונגאר פון סטאפניץ, א זון פון הרב מנחם מענדל פון סטאפניץ, א זון פון רבי מרדכי דוד פון דאמבראווא און אן איידעם פון רבי ישראל הלוי ראטנבערג פון סטאשעוו. הרב ישראל אונגאר איז געווען אן איידעם ביי רבי משה רוקח פון קארעוו.

ירחמיאל איז געווען א גרויסער מתמיד. אין זיינע יונגע יארן פלעגט אים זיין מאמע אויפוועקן דריי פארטאגס צו לערנען מיט זיין פאטער. ער האט געקענט דעם גאנצן "פרי מגדים" בעל פה און נאך ספרים. שוין אלס א יונגער בחור האט ער באקומען היתר הוראה פון עטלעכע חשובע רבנים.

משפחה

אין יאר תש"ד האט ער חתונה געהאט מיט מרת חנה רחל, א טאכטער פון רבי חיים יעקב סאפרין, דעם קאמארנער רבי'ן, און א בעלזער אייניקל. נאך דער חתונה פלעגט ער גיין שבת אויף דער גאס מיט א שטריימל, דער איינציגסטער וואס האט זיך אזוי געפירט אין ניו יארק. אין ה'תשל"ט איז זיין ווייב נפטר געווארן און ער האט אליין געהאדעוועט די צען יתומים.

זייער זון, הרב מאיר מרדכי דוד אונגאר, איידעם פון האליינער רב רבי אהרן צבי טויב, און א מגיד שיעור אין ישיבה תורה ודעת, האט מחבר געווען א ספר מיט'ן נאמען "רחמי א-ל" אויף נביאים וכתובים אויפ'ן נאמען פון זיין פאטער רבי ירחמיאל.

חיים יעקב לעבאוויטש איז אן אייניקל פון רבי ירחמיאל[1].

רבנות

ער איז געווארן רב אין דער סאקאלאווער שול אין לויער איסט סייד און א מגיד שיעור אין דער חתן סופר ישיבה. ער איז געווארן נאנט צו הרב רבי שמואל עהרנפעלד, מאטערסדארפער רב, דעם קאפיטשיניצער רבי און רבי הערשעלע ספינקער.

אין ה'תשכ"ב האט זיך זיין שווער געצויגן קיין ארץ ישראל, און רבי ירחמיאל האט דעמאלסט באזעצט אין בארא פארק. דארטן האט ער געדאווענט ביים אמשינאווער רבי'ן וואס האט אים שטארק געשעצט, און ער איז דארט געווען בעל תוקע און בעל תפילה פאר די ימים נוראים.

פטירה

ער איז נפטר געווארן ג' שבט ה'תשנ"ט, און מ'האט אים געפירט צו קבורה אויפ'ן הר הזיתים אין דער אלטער וואלינער חלקה נעבן זיין ווייב און זיין שווער[2].

רעפערענצן

  1. משה ווייסבערג, החסיד שנולד ימים לאחר פטירת אביו הלך לעולמו, אויף בחדרי חרדים, ד' תמוז תשפ"ב
  2. כרטיס קבר: אונגער ירחמיאל, אויף הר הזיתים וועבזייטל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!