רוי:רבי יעקב לאנדא

שטאטס רב פון בני ברק
הרב יעקב לאַנדא
געבורט תרנ"ג
טויט כ"ו שבט ה'תשמ"ו (אלט: 93 בערך)
קבורה ארט הר הזיתים
טעטיקייט ארט קורניץ, ראסטאוו אויפן דאן, רמתיים, בני ברק
באלאנג חב"ד לובאוויטש

הרב יעקב לאַנדא (תרנ"ג 1893 - כ"ו שבט ה'תשמ"ו, 5טן פעברואר 1986) איז געווען דער אשכנזישער רב און אב בית דין פון בני ברק צווישן די יארן 1936 - 1986. ער איז געווען א מיטגליד אין דעם בית דין פון חב"ד.

אין ווייסרוסלאנד

ער איז געבוירן געווארן אין דעם שטעטל קורניץ, ווייסרוסלאנד (היינט בעלארוס), צו רב משה יהודה לייב לאנדא דעם ארטיגן שטאטס־רב. נאך זיין פאטער'ס פטירה האט מען אים באשטימט צו ווערן זיין נאכפאלגער ווען ער איז געווען אלט 20, לויט דער הוראה פון הרב רבי שלום דובער שניאורסאהן, דער פינפטער רבי פון חב"ד-לובאוויטש.

שפעטער האט ער אויפגעשטעלט די תפארת בחורים ישיבה אין מאסקווע פאר רוסישע בעלי תשובה.

שפעטער איז ער געווארן מקורב צו רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, דער זעקסטער רבי פון חב"ד-לובאוויטש. אויך הרב רבי יוסף ראזין ("דער ראגאטשאווער") האט אים מקרב געווען וואס איז געווען מסדר קידושין ביי רב לאנדא'ס חופה. וויטער איז ער געווען בקשר מיט רבי מנחם מענדל שניאורסאהן און זיי האבן געפירט א קארעספאנדענץ וועגן חב"ד ענינים אין ישראל און חב"ד מנהגים וואס רבי שלום דובער שניאורסאהן האט געהאלטן, וואס רב לאנדא איז געווען אן עד דערצו.

זיין טעטיקייט אין ארץ ישראל

נאך ווען ער איז ארויף קיין ארץ ישראל אין אלול תרצ"ד האט ער געדינט ווי רב פון רמתיים (איינע פון פיר זידלונגען וואס האבן קאמפאנירט הוד השרון) פאר א תקופה פון אכט חודשים. נאכדעם איז ער געווארן רב פון דער בני ברק דורך 50 יאר - פון כסלו תרצ"ו, ביז זיין פטירה.

משפחה

  • זיינער קינדער זענען:
  • הרב משה יהודא לייב, זיין ממלא מקום.
  • הרב אליהו - ראש ישיבה פון דער צענטראלער תומכי תמימים ישיבה אין כפר חב"ד
  • די ווייב פון הרב שלמה נח קרול.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!