רוי:רבי יעקב יוסף האגער

רבי יעקב יוסף האגער
געבורט ב' כסלו ה'תשכ"ט
שיכון סקווירא
טעטיגקייט אָרט בארא פארק, ברוקלין, ניו יארק
דינאסטיע וויזשניץ מאנסי
קינדער פייגא ברכה טירנויער
נפתלי האגער
ישראל האגער
חיים מאיר האגער
יוחנן האגער
שמואל צבי האגער
דוד האגער
מרגליא האגער
סימא מירל האגער
מנחם מענדיל האגער
יצחק האגער
אסתר רחל האגער
2'טער וויזשניץ מאנסי'ער רבי
כ"ט אדר ה'תשע"ח -

רבי יעקב יוסף האגער (געבוירן ב' כסלו ה'תשכ"ט), איז דער וויזשניצער רבי פון בארא פארק.

אורשפרינגליכע לעבנסגעשיכטע

רבי יעקב יוסף איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תשכ"ט אין שיכון סקווירא[1] צו רבי פנחס שלום האגער, דער געוועזענער וויזשניצער רב אין בארא פארק, און עלטסטער זון פון רבי מרדכי האגער, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון מאנסי, און צו מרת זיסל רייזל, טאכטער פון הרה"ק רבי שמואל צבי הורוויץ, ספינקער רבי. ער איז אויפגעהאדעוועט געווארן און זיך געווייקט אלע יארן ביי זיין גרויסן זיידן דער וויזשניצער רבי, וועלכער איז גלייכצייטיג אויך געווען מורו ורבו. זייענדיג דער עלטסטער אייניקל, דער עלטסטער זון פון זיין בכור, האט אים דער רבי צימליך שטארק געגליכן און האט זיך פארלאזט אויף אים אין פארשידענע ענינים און הינזיכטן. ער האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד מרת שפרה, טאכטער פון זיין פעטער רבי אברהם דוב טווערסקי, רחמיסטריווקער רב אין מאנסי, און איידעם פון זיין זיידן רבי מרדכי האגער, דער וויזשניצער רבי.

רב און רבי פון דער קהילה אין בארא פארק

אין יאר ה'תשע"ה, נאך דער פטירה פון זיין פאטער, וועלכער האט געדינט אלס רב פון דער ארטיגער וויזשניצער קהילה דריי און דרייסיג יאר, האט רבי יעקב יוסף איבערגענומען זיין ארט. כמעט אלע יארן האט ער געוואוינט אין מאנסי, און אפילו נאכדעם וואס ער האט איבערגענומען זיין פאטער'ס אויפגאבע און געווארן רב פון זיין זיידנ'ס חסידים אין בארא פארק אנשטאט זיין פאטער און די בעלאסטונג פון דער קהילה איז געפאלן אויף אים, איז ער געבליבן וואוינען אין מאנסי נאענט צום באליבטן זיידן, וואו איז ער געזעצן אין כולל און פלייסיג געלערנט, און נאר אויף שבתים פלעגט ער אריבערקומען קיין בארא פארק זיך צו געפינען מיט די בני הקהילה. אינמיטן דער וואך פלעגט ער פירן אלעס וואס באטרעפט די ענינים פון דער קהילה פונדערווייטנס, און מאנכמאל פלעגט ער זיך אריבערכאפן איבערראשנדיג קיין בארא פארק אויך אינמיטן דער וואך, נאכצופאלגן פון נאענט די אנטוויקלונג און טעטיגקייטן אין זיין קהילה, נישט פארגעסנדיג פון זיינע יונגעלייט ביי וועמען ער איז זייער באליבט און געשעצט. ער איז באקאנט אלס אן אויסערגעווענליכער תלמיד חכם וואס זיצט און האראוועט און ניצט אויס יעדע מינוט כדבעי. זיין חברותא מיט וועמען ער לערנט אינאיינעם איז דער דיין רבי יוסף מנחם באב"ד. במשך די יארן האט ער זיך פארהערט אין פילצאליגע מכמונות התורה, און זאגאר אריבער א ספעציעלע בחינה ביי די גרעסטע רבנים, וועלכע האבן אויסגעדריקט שטוינונג און באגייסטערונג פון זיינע ברייטע קענטעניסן און ידיעות בתורה. אזוי ווי די איבריגע משפחה מיטגלידער זיינע, האט דער רבי אימער געפירט און פירט א שטוב פון חסד. ער איז באוואוסט מיט זיין גרויסצוגיגקייט און גוטמוטיגקייט, ער האט שוין ארויסגעהאלפן פילע צעבראכענע און מיטגעמאכטע אידן סיי גייסטיש און סיי פיזיש. נישט איינמאל האט ער זאגאר אריינגענומען צו זיך אין שטוב נויטבאדערפטיגע אידן און האט זיך באזארגט פאר זיי מיט אלעס וואס זיי ברויכן. רבי יעקב יוסף איז אויך באקאנט אלס א בעל צדקה און טיילט ארום שווערע געלטער פאר צעבראכענע מענטשן און אויך פאר אנדערע צוועקן. נאך דער פטירה פון זיין גרויסן זיידן אום כ"ט אדר ה'תשע"ח, לויט דער צוואה איז יעדער זון פונעם רבי'ן איבערגענומען די הנהגה און געווארן א רבי אין זיין וואוינארט. זיין אייניקל רבי יעקב יוסף איז געקרוינט געווארן רבי פון די מאנסי וויזשניצער חסידים אין בארא פארק, א קהילה וואס באשטייט פון אכט הונדערט און פופציג משפחות, און איז די צווייטע גרעסטע הויפטקווארטיר פון מאנסי וויזשניצער חסידים נאך מאנסי. ער פארמאגט פיר בתי מדרשים, א ישיבה, תלמוד תורה, כולל און א מיידל שולע. רבי יעקב יוסף ווערט באטראכט אלס איינער פון די יונגסטע אויב נישט דער יונגסטער רבי לבית וויזשניץ, און טראצדעם פירט ער זיין גרויסע קהילה מיט אומגעהויערע געטריישאפט און באזארגט פאר אלע באדערפענישן פון די בני הקהילה.

קינדער

  • מרת פייגא ברכה, ווייב פון הרב אלימלך טירנויער, זון פון רבי יעקב שמשון טירנויער, חוסטער רבי.
  • הרב נפתלי, האט געהייראט מרת טראנא, טאכטער פון זיין עלטער-פעטער רבי ישראל אליעזר פיש, ביקסאדער רבי.
  • הרב ישראל, איידעם פון רבי חיים יחיאל אהרן מאיר שנעעבאלג, דער זידיטשויווער רבי פון בני ברק.
  • הרב חיים מאיר, האט געהייראט מרת טראנא, טאכטער פון זיין עלטער-פעטער רבי מנחם מענדיל האגער, וויזשניצער רבי פון קייאמישע לייק.
  • הרב יוחנן, האט געהייראט מרת ליפשא, טאכטער פון רבי יוסף מאיר הורוויץ, ספינקער רבי פון וויליאמסבורג.
  • הרב שמואל צבי, האט געהייראט מרת ציפורה, טאכטער פון זיין עלטער-פעטער רבי יצחק יוחנן האגער, וויזשניצער רבי פון וויליאמסבורג.
  • הרב דוד, האט געהייראט זיין קוזינע מרת רבקה צירל, טאכטער פון זיין פעטער מאיר ברוך שטיין.
  • מרת מרגליא, האט געהייראט איר שוועסטער-קינד הרב חיים מאיר, זון פון איר פעטער רבי ישראל האגער, זון פון רבי פנחס שלום .
  • סימא מירל
  • מנחם מענדל
  • יצחק
  • אסתר רחל

רעפערענצן

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 75

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!