רוי:רבי יוחנן שוחט

 

דער לוצקער רבי ביי אַ מלווה מלכה סעודה

רבי יוחנן הלוי שוחט (געבוירן כ"ח אייר ה'תשכ"ד) איז דער לוצקער רבי. ער איז א ברודער פונעם קארלינער רבי'ן, רבי ברוך שוחט.

ביאגארפיע

ער איז געבוירן אין בארא פארק[1] צו הרב עזרא שוחט און רביצין פייגא שוחט. ער וואוינט היינט אין ארזי הבירה אין ירושלים.

הכתרה

אין ה'תשנ"ו האט א גרופע חסידים באקרוינט רבי יוחנן הלוי שוחט, דער ברודער פונעם קארלינער רבי'ן, ווי דער רבי פון לוצק, מיט דער ברכה פונעם ברודער מיט פרייד און גוטהארציקייט.

שטיבלעך און מוסדות

לוצקער שטיבלעך און מוסדות געפינען זיך אין ביתר, בית שמש, שמואל הנביא (ירושלים), ווי אויך אין בארא פארק.

רעפערענצן

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 73
  דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!