רוי:רבי חנוך העניך הכהן לעווין

ציון פון רבי חנוך העניך הכהן פון אלעקסאנדער

רבי חנוך העניך הכהן לעווין (שאַטין) (ה'תקנ"חי"ח אדר ב' ה'תר"ל) רבי אין אלעקסאנדער.

אפשטאם

רבי העניך איז געבוירן אין לוטאמירסק אין יאר ה'תקנ"ח צו זיין פאטער רבי פנחס הכהן לעווין פון לוטאמירסק, און צו זיין מוטער מרת שרה חנה שאטען.

רבנות

נאך זיין חתונה וואוינענדיג אין פרשיסחא איז רבי העניך געווארן צוגעצויגן צו דעם ייד הקדוש, נאכהער איז ער געווארן פון די גרויסע תלמידים פון רבי שמחה בונם פון פרשיסחא נאכהער איז ער געווארן פון די תלמידים פון דעם קאצקער רבין. נאך זיין פטירה איז רבי העניך געווארן פון די אנהענגער פון חידושי הרי"ם כאטש רבי העניך איז געווען עלטער פון אים.

רבי העניך איז געווען רב אין נאווידוואר און אין פראזשניץ, נאכהער האט ער זיך געצויגן קיין אלעקסאנדער, אין יאר ה'תרכ"ו נאך דער פטירה פון חידושי הרי"ם האבן די חסידים אויפגענומען רבי העניך אלס רבין, און ער האט אנגעפירט זיין רביסטעווע אין אלעקסאנדער.

הסתלקות

רבי העניך איז נפטר געווארן י"ח אדר ב' ה'תר"ל.

פאמיליע

רבי העניך האט געהייראט א טאכטער פון הנגיד רבי יעקב יעקיל פון פרשיסחא. זייערע קינדער:

  • רבי יחיאל אפרים פישל הכהן לעווין ( - י"ד אב|י"ד מנחם אב) פון מאלעניץ.
    • מרת פערל בינה די ווייב פון רבי יצחק פלאקסער פון קארעוו
    • רבי פנחס יעקב הכהן לעווין ( - י"ב טבת ה'תרס"א)
    • מרת ברכה
    • מרת מלכה
    • מרת יוכבד
    • רבי מנחם מענדל הכהן לעווין, פון דזשאראוו
    • מרת שיינדל רבקה
    • מרת שרה חנטשא
  • מרת ברכה שפרה מרים
  • מרת צפורה

זיינע ספרים

  • חשבה לטובה

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!