רוי:רבי חיים קויפמאן

רבי חיים שאול קויפמאן (ז' טבת תרצ"ח - כ"ד תשרי תשס"ו) איז געווען ראש ישיבה אין און איינער פון די גרינדער פון דער ישיבה קטנה תפארת יעקב אין געיטסהעד. ער איז אוועק פריצייטיג מוצאי שמחת תורה כ"ד תשרי תשס"ו אין בליענדן עלטער פון 68 יאר.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן ז' טבת ה'תרצ"ח אין בערלין צו זיין פאטער ר' משה קויפמאן, א צאנזער חסיד, און זיין מוטער, א טאכטער פון ר' חיים שאול שענדארף, א חסיד פון רבי ברוך גארליצער. זיין באבע'ס עלטערע שוועסטער האט חתונה געהאט צום הייליגן צאנזער רב אין זיין דריטער זיווג, און זיין באבע – די רביצינ'ס אינגערע שוועסטער – האט פארברענגט גאר אסאך צייט אין דעם הייליגן שטוב.

ווען ער איז געווען אלט אנדערט האלב יאר איז זיין משפחה אנטלאפן פון דער ברענעדיגער ערד קיין ענגלאנד, אים מיטנעמענדיג. אנקומענדיג קיין ענגלאנד איז זיין פאטער נאר אריינגעלאזט געווארן אין לאנד מיט'ן תנאי אז ער וועט זיך זיך באזעצן אין די געיטסהעד געגנט און צוגעבן צו דער דארטיגער עקאנאמיע דורך עפענען דארט א טעקסטיל פאבריק, נוצנדיג דערצו זיין עקספערטיז אינעם טעקסטיל פעלד. פון אנפאנג איז ער געווען שטארק באזארגט איבער וויאזוי ער וועט קענען ערציען זיינע קינדער אין אזא וויסט פלאץ וואו עס עקזיסטירט נישט קיין אידישקייט, אבער זיין זארג האט זיך שנעל ארויסגעשטעלט צו זיין איבריג ווען ביים אנקומען אהין האט ער געפונען א שיינע, כאטש קליינע, אידישע קהילה, מיט א מוסד וואס איז ספעציעל געווארן געגרינדעט דורך הרב באמבערגער וואס איז געווען פריער רב אין מיינץ, מיטן ציל צוצושטעלן אן ערליכן חינוך פאר קינדער פון פליטים וואס האבן אהין דערגרייכט.

ווען חיים האט דערגרייכט די יארגאנג פון ישיבה גדולה, איז ער אריין לערנען אין דער ארטיגער ישיבה גדולה ביי הגאון רבי לייב גורוויץ און ביי הגאון רבי לייב לאפיאן, ער פלעגט ביים שיעור אפשרייבן אלע שיעורים מיט א גראדקייט, און נישט פארגעסן אראפצושרייבן אפילו די קושיות וואס די בחורים האבן אריינגעפרעגט ביים שיעור, א זאך וואס ער האט יארן שפעטער אויך געטון פארלאנגען פון זיינע אייגענע תלמידים.

יעדן שבת האבן זיך די בחורים געטון פארזאמלען אין שטוב פון איינעם פון די כולל אינגעלייט (הרב מרדכי יוסף קאמיאנקע) וואו זיי האבן פארברענגט מיטן זינגען ווארימע ניגונים און פארציילן סיפורי צדיקים און דברי תורה אויף דער סדרה. דער בחור חיים האט זיך געשפירט דערפון גאר דערהויבן, און יארן שפעטער האט ער אליין געטון פירן ענליכע פארזאמלונגען, מיט זיינע פייערדיגע אינספירירנדע ווערטער.

איינער פון זיינע שטארקע פונקטן איז געווען זיינע גאר גוטע מעגליכקייטן זיך צו אויסקומען מיט אנדערע, ער האט אנגעהאלטן מיט איינעם פון זיינע חברותות, הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן משגיח בית מדרש גבוה לעיקוואד, פאר זעכצן יאר אין-א-צי, אין ישיבה און דערנאך אין כולל.

ווען זיין פאטער איז געווארן ערנסט קראנק האט חיים אויפגעגעבן זיינע טעגליכע סדרים אין לערנען, טאג און נאכט איז ער געווען פארנומען מיט'ן זיך אפגעבן מיט זיין פאטער. אום ה'תשי"ח, ווען ער איז אלט געווען צוואנציג יאר, איז זיין פאטער נפטר געווארן. און חיים איז דאן בעפארן יו"ט פורים געווארן ארויסגעשיקט קיין אמעריקע זיך צו אויפהאלטן ביי זיינע נאנטע פאמיליע מיטגלידער. זיינס א פאמיליע נאנטער, ר' אלעזר שענדארף, איז געווען נאנט מיט'ן סאטמארער רבי'ן פון די נאך-מלחמה יארן ווען דער סאטמארער רבי האט געוויילט אין שווייץ, און ער האט אראנדזשירט אז חיים זאל האבן די מעגליכקייט אנטיילצונעמען אין ביידע סדרים פונעם רבי'ן פסח אויפדערנאכט, א זעלטענע עהרע.

חיים האט צוגעהערט צו יעדעס ווארט, ער האט באטראכט יעדע טאהט, און יעדע דעטאל איז געווארן אריינגענומען אין זיין מח, וואס ער פלעגט שפעטער האלטן אינ-איין איבער פארציילן מיט התרגשות.

אזוי אויך האט ער זיך מיטגעכאפט מיט'ן סאטמארער רבי אויף זיין שיף אויפ'ן וועג רייזנדיג אפצושטאטן א באזוך אין ארץ ישראל, ווי חיים האט אלעס באטראכט מיט נייגער און דערנאך נישט אויפגעהערט צו איבער-דערציילן.

זייענדיג אין אמעריקע האט ער אויך אריינגעכאפט צו וויילן אויף איין שבת אין לעיקוואָד במחיצת רבי אהרן קאטלער.

אין יאר תש"כ זייענדיג 21 יאר אלט האט ער געהייראט זיין חשובע אשת חיל לאה נאַגל פון אנטווערפן, איר פאטער איז געווען א גערער חסיד, אריגינעל פון לאדזש. ווערנדיג א חתן ביי אזא יונגע יארגאנג איז ער אריין לערנען אין דעם געיטסהעדער כולל הרבנים, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך הרב אליהו דעסלער, וואס דאס איז לכאורה געווען אין דער צייט די איינציגסטע כולל אין אייראפע. די סטאנדארטן אין דעם כולל זענען געווען גאר הויעכע, זיינע קאלעגען אין דעם כולל רעכענען אריין פילע וואס זענען שפעטער אויסגעוואקסן אלס גאר באקאנטע רבנים און ראשי ישיבה, צווישן אנדערע הגאון רבי יצחק טוביה ווייס שליט"א ירושלימער רב.

ער איז בארימט מיט זיינע געלונגענע און געשמאקע שיעורים אין חומש רש"י, וואס ער פלעגט געבן בעיקר ביי מלוה מלכה.

זיינע ספרים

  • משחת שמן על פרשיות התורה ועל המועדים

לינקען צו זיינע ספרים

רעפערענצן

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!