רוי:רבי דוד טווערסקי (טאלנא)

David of Talne.jpg

רבי דוד טווערסקי זצ"ל (ה'תקס"ח - י' אייר ה'תרמ"ב), מגיד פון טאלנא.

אפשטאם

רבי דוד איז געבוירן אין יאר ה'תקס"ח, צו זיין פאטער רבי מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב רבי מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת פייגא, א טאכטער פון הרב דוד לייקעס.

רבנות

רבי דוד איז געווארן אויפגענומען אלס מגיד אין וואסילקיוב, שפעטער איז ער אריבער קיין טאלנא. אין יאר ה'תרל"ח האט רבי דודזיך געצויגן קיין גאליציע, און זיך באזעצט אין בראד, נאכהער איז ער צוריק קיין טאלנא.

הסתלקות

רבי דוד איז נפטר געווארן י' אייר ה'תרמ"ב, און ער ליגט אין טאלנא.

זיין פאמיליע

רבי דוד האט געהייראט מרת יענטא דבורה א טאכטער פון הרב ישראל אברהם פון טשערנאסטראה, א זון פון הרב רבי משולם זושא פון האניפאלי, באקאנט אלס דער רבי ר' זושא. זייערע קינדער:

  • הרב מרדכי טווערסקי (נפ' ו' תשרי תרל"ב ווען זיין פאטער האט נאך געלעבט) ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב שלמה פון סאווראן.
  • הרב יוחנן טווערסקי
  • הרב יצחק טווערסקי
  • הרב משה צבי טווערסקי (ה'תר"ן - ה'תשל"ב), טאלנער רבי אין פילאדעלפיע. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב יחיאל העשל פון קריליוויץ.
  • הרב משולם זוסיא טווערסקי ( - ה'תשל"ב), פון יאר ה'תרפ"ט טאלנער רבי אין באסטאן.
  • הרב אברהם טווערסקי
  • הרב אהרן טווערסקי

זיינע ספרים

  • מגן דוד
  • ברכת דוד
  • קהלת דוד

זעט אויך

רעפערענצען

  • מאורי אור
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!