רוי:רבי ברכיה טייטלבוים

רבי ברכיה טייטלבוים (ה'תרכ"ה - נפטר י"ב ניסן ה'תרע"ז, 1865 - נפטר 4טן אפריל 1917) איז געווען רב אין איהעל.

אפשטאם

רבי ברכיה איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ה (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב רבי משה יוסף טייטלבוים, רב אין איהעל, א זון פון הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת הינדא א טאכטער פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב.

רבנות

פון נאך זיין חתונה מיט מרת אלטע מלכה, א טאכטער פונעם בלאזשאווער רב, הרב צבי אלימלך שפירא, איז רבי ברכיה געבליבן ביי זיין שווער אין בלאזשעוו, אין יאר ה'תרנ"ז נאך זיין פאטער'ס פטירה האט ער איבערגענומען דאס רבנות אין איהעל, אבער ער איז געבליבן וואוינען ביי זיין שווער. פאר דער געמיינדע אין איהעל האט רבי ברכיה געדינגען אלס דיין רבי אליעזר שווארטץ פון שאראש-פאטאק, און זיין געהאלט האט זיין מוטער גענומען.

אין יאר ה'תרע"ב האט דער מונקאטשער רב דער דרכי תשובה ארויס געגעבן א פסק אז רבי ברכיה שוואגער רבי דוד דוב מייזילש זאל איבערנעמען דאס רבנות, וויבאלד מ'קען נישט לאזען א געמיינדע אן א רב פופצן יאר. דאגעגן איז ארויס די רבנים פון דער פאמיליע טייטלבוים אין שפיץ פון סיגוטער רב דער קדושת יו"ט מיט א בירור הלכה און פראטעסט קעגן דעם מונקאטשער פסק.

הסתלקות

ביי די ערשטע וועלט קריג איז רבי ברכיה אנטלאפן קיין בודאפעשט אין איז דארט נפטר געווארן י"ב ניסן ה'תרע"ז, און ער ליגט אין סיגוט.

פאמיליע

י"ב ניסן ה'תרע"ז האט רבי ברכיה געהייראט מרת אלטע מלכה א טאכטער פון הרב צבי אלימלך שפירא, דער בלאזשאווער רב. זייערע קינדער:

  • הרב יהודה טייטלבוים הי"ד (ה'תר"ן (אומגעפער) - ה'תש"ב (אומגעפער) ), רב אין יאווארניק. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב נפתלי צבי האלבערשטאם פון גלוסק.
  • הרב משה טייטלבוים, רב אין סאנוק.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!