רוי:רבי אברהם דוד וואהרמאן

רבי אברהם דוד וואהרמאן (ו' אדר ה'תקל"א - כ"ט תשרי ה'תר"א), רב אין בוטשאטש.

אפשטאם

רבי אברהם דוד איז געבוירן אין נאדווארנא, ו' אדר ה'תקל"א צו זיין פאטער הרב אשר אנשיל וואהרמאן, און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון הרב אברהם רחל'ס. ווען ער איז געווען א קינד האט אים פארהערט רבי דוד שלמה אייבשיץ (דער "לבושי שרד"), וואס איז דעמאלסט געווען ראש ישיבה אין נאדווארנא.

ער איז געווארן א חתן ביי הרב צבי הירש קארא, אב"ד בוטשאטש.[1]

רבנות

נאך זיין חתונה האט רבי אברהם דוד געוואוינט אין בוטשאטש, דארט האט ער זיך באקענט מיט הרב חיים טירער רב אין טשערנאוויץ, באקאנט אלס דער "באר מים חיים". אין יאר ה'תקנ"א איז רבי אברהם דוד אויפגענומען געווארן רב אין יאזלאוויץ, דארט איז ער געווארן פון די תלמידים פון הרב לוי יצחק פון בארדיטשוב און פון רבי משה לייב סאסאווער.

אין יאר ה'תקע"ד נאך דער פטירה פון זיין שווער איז רבי אברהם דוד אויפגענומען געווארן רב אין בוטשאטש אויף זיין שווער'ס ארט.[1]

הסתלקות

רבי אברהם דוד איז נפטר געווארן כ"ט תשרי ה'תר"א, און ליגט אין בוטשאטש.

פאמיליע

רבי אברהם דוד האט געהייראט א טאכטער פון הרב צבי הירש קרא, רב אין בוטשאטש, דער פארפאסער פון ספר שו"ת נטע שעשועים.

זיי האבן געהאט א זון, רבי ישראל אריה לייב וואהרמאן פון בוטשאטש.

זיינע ספרים

  • דעת קדושים - הלכות שחיטות און טרפות
  • אשל אברהם - שלחן ערוך
  • עזר מקודש - אבן העזר
  • משמרת הקודש
  • ברכת דוד
  • מחזה אברם
  • אמרות טהורות
  • תפלה לדוד
  • תהלה לדוד
  • דברי אמת - אבות
  • אשל אברהם - הגדה של פסח

רעפרענצען

  1. 1.0 1.1 "שבת בשבתו" (אנטווערפן), נומער 936, רבי אברהם דוד מבוטשאטש זצ"ל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!