רוי:קאסמאס שאטל קאלאמביע

קאסמאס שאטל


Columbia landing.jpg

קאָסמאָס שאַטל קאָלאָמביע (ענגליש: Space Shuttle Columbia; דעזיגנירט OV-102) איז געווען אַ קאָסמאָסשיף וואס NASA האט געבויט צו פליען צום קאָסמאָס. זי איז געווען די ערשטע קאָסמאָס שאַטל געשיקט צום קאָסמאָס דעם 12טן אַפּריל 1981. זי איז צעשטערט געוואָרן ביים צוריקקומען אין דער ערד'ס אַטמאָספער דעם 1טן פעברואַר 2003, און אַלע זיבן מענטשן וואָס זי האט געטראָגן זענען אומגעקומען. די שאַטל איז געשיקט געוואָרן צו 28 מיסיעס סך-הכל. די קאָלאָמביע איז געהייסן נאָך אַ שיף פונעם אַמעריקאַנישער פלאָט וואס האט אומגערינגלט די וועלט אין 1836.

צעשטערונג סיבה

  קאסמאס שאטל קאלאמביע קאטאסטראפע

אַ טייל פון איזאָלירונג שוים פונעם דרויסנדיקער ברענשטאָף טאַנק האָט געשיילט זיך ביי די צעשיקונג 16 טעג איידער און האָט אָנגעקלאַפּט דער לינקער פליגל פון די שאַטל.

אַ לאָך איז געמאַכט געוואָרן אין דאָס פראָנט ווינקל פונעם פליגל. אין די שטאַרקע היץ פון צוריקקומען אין דער אַטמאָספער האָבן הייסע גאַזן געגאנגען אריין אין דער פליגל. דאָס האט צעשטערט די שטיצונג סטרוקטורן און די גאַנצע שאַטל איז זיך צעפאַלן.

מאַנשאַפט

מיסיעס

# דאטע דעזיגנאציע צעשיקונג באזע לאנדונג ארט באמערקונגען
1 12טן אפריל 1981 STS-1 39A עדווארדס לופטפלאט באזע ערשטער פלוג פונעם שאטל סיסטעם (אויסנעמלעך טעסט-פלוגן פונעם שאטל ענטערפרייז).
2 12טן נאוועמבער 1981 STS-2 39A עדווארדס לופטפלאט באזע ערשטער פילמאליקער באנוץ פון א מענטשישע קאסמאסשיף
3 22סטן מערץ 1982 STS-3 39A ווייט סענדס לאנדונג ארט ערשטע צעשיקונג מיט אַ נישט-געפאַרבטער דרויסנדיקער טאנק. איינציקע לאנדונג פונעם שאטל ביי ווייט סענדס.
4 27סטן יוני 1982 STS-4 39A עדווארדס לופטפלאט באזע לעצטער שטודיום און אנטוויקלונג פלוג.
5 11טן נאוועמבער 1982 STS-5 39A עדווארדס לופטפלאט באזע ערשטער מאנשאפט מיט פיר מיטגלידער. ערשטע צעשיקונג פון א קאמערציעלע סאטעליט פונעם שאטל.
6 28סטן נאוועמבער 1983 STS-9 39A עדווארדס לופטפלאט באזע ערשטע ספייסלאב מיסיע און ערשטער מאנשאפט מיט זעקס מיטגלידער.
7 12סטן יאנואר 1986 STS-61-C 39A עדווארדס לופטפלאט באזע לעצטער פלוג איידער די טשאלענדזשער קאטאסטראפע.
8 8טן אויגוסט 1989 STS-28 39B עדווארדס לופטפלאט באזע צעשיקונג פון א שפיאנאזש סאטעליט.
9 9טן יאנואר 1990 STS-32 39A עדווארדס לופטפלאט באזע צוריקגעגעבן דער לאנגדויערדיקע אפדעקונג אפראט (ענ').
10 2טן דעצעמבער 1990 STS-35 39B עדווארדס לופטפלאט באזע געטראגט רענטגען און אולטראוויאלעט טעלעסקאפן
11 5טן יוני 1991 STS-40 39B עדווארדס לופטפלאט באזע פינפטער ספייסלאב פלוג - לעבן וויסנשאפט נומער 1.
12 25סטן יוני 1992 STS-50 39A קענעדי קאסמאס צענטער ערשטע מיקרא-גראוויטאציע לאבאראטאריע.
13 22סטן אקטאבער 1992 STS-52 39B קענעדי קאסמאס צענטער סאטעליט צעשיקונג.
14 26סטן אפריל 1993 STS-55 39A עדווארדס לופטפלאט באזע מיקרא-גראוויטאציע פארשונג.
15 18טן אקטאבער 1993 STS-58 39B עדווארדס לופטפלאט באזע ספייסלאב פלוג - לעבן וויסנשאפט נומער 2.
16 4טן מערץ 1994 STS-62 39B קענעדי קאסמאס צענטער מיקרא-גראוויטאציע פארשונג.
17 8טן יולי 1994 STS-65 39A קענעדי קאסמאס צענטער מיקרא-גראוויטאציע פארשונג.
18 20סטן אקטאבער 1995 STS-73 39B קענעדי קאסמאס צענטער מיקרא-גראוויטאציע פארשונג.
19 22סטן פעברואר 1996 STS-75 39B קענעדי קאסמאס צענטער געשלעפטע סאטעליט עקספערימענט.
20 20סטן יוני 1996 STS-78 39B קענעדי קאסמאס צענטער מיקרא-גראוויטאציע פארשונג.
21 19טן נאוועמבער 1996 STS-80 39B קענעדי קאסמאס צענטער לענגסטער שאטל פלוג.
22 4טן אפריל 1997 STS-83 39A קענעדי קאסמאס צענטער מיקרא-גראוויטאציע פארשונג, געלאנדט נאך דריי טעג צוליב א פראבלעם מיטן ברענשטאף טאנק.
23 1טן יולי 1997 STS-94 39A קענעדי קאסמאס צענטער מיקרא-גראוויטאציע פארשונג, מיסיע אריגינאל פלאנירט פאר STS-83(ענ').
24 19טן נאוועמבער 1997 STS-87 39B קענעדי קאסמאס צענטער מיקרא-גראוויטאציע פארשונג.
25 13טן אפריל 1998 STS-90 39B קענעדי קאסמאס צענטער ספייסלאב פלוג.
26 23סטן יולי 1999 STS-93 39B קענעדי קאסמאס צענטער צעשיקונג פון א רענטגען טעלעסקאפ.
27 1טן מערץ 2002 STS-109 39A קענעדי קאסמאס צענטער פערטע סערוויס מיסיע פארן האבל קאסמאס טעלעסקאפ.
28 16טן יאנואר 2003 STS-107 39A נישט געלאנדט (פלאנירט געווען צו לאנדן ביים קענעדי קאסמאס צענטער) מיקרא-גראוויטאציע און ערד וויסנשאפט פארשונג מיסיע. שאטל צעשטערט ביים צוריקקומען אין דער אטמאספער דעם 1טן פעברואר 2003, אלע זיבן אסטראנאטן אומגעקומען.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!