רוי:קאמאלא העריס

אמעריקאנער פאליטיקערין (1964–
קאמאלא העריס
Kamala Harris
געבורט אקטאבער 20, 1964 (יארגאנג: 60)
אוקלענד, קאליפארניע, פאראייניגטע שטאטן
פולער נאמען קאַמאַלאַ דעווי העריס
געבורט נאמען Kamala Devi Harris
לערנארט האווערד אוניווערזיטעט
אוניווערסיטעט פון קאַליפאָרניע, העיסטינגס קאלעדזש פון געזעץ
באשעפטיגונג יוריסטקע, פאליטיקערין
פארטיי דעמאקראטישע פארטיי
פאטער דאנאלד העריס
מוטער שיאַמאַלאַ גופּאַלאַן
49'טער וויצע פרעזידענטין פון די פאראייניגטע שטאטן
2021––
סענאטארשע מטעם קאליפארניע
20172021

קאַמאַלאַ העריס (ענגליש: Kamala Harris; געבוירן אקטאבער 20, 1964) איז דער 49סטער וויצע־פּרעזידענטין פון די פאראייניגטע שטאטן (2021-25) אין דער דעמאקראטישער אדמיניסטראציע פון פרעזידענט דזשאו ביידען. זי איז געווען די ערשטע פרוי, די ערשטע שווארצע אמעריקאנער, און די ערשטע אזיאנע אמעריקאנער וואָס האט אנגענומען דעם פּאָסטן. זי האט פריער געדינט אין די פ.ש. סענאַט (2017-21) און אלס אדוואקאט גענעראל פון ​​קאליפארניע (2011-17). אין יולי 2024, נאך זיין שוואכן פאָרשטעלונג אין א נאציאנאל-טעלעוויזירטע דעבאטע מיט רעפובליקאנער קאנדידאט און געוועזענער פּרעזידענט דאנאלד טראמפ, האט ביידען אויפגעגעבן זיין קאנדידאטור פאר ווידער-וועלונג און ענדארסירט העריס אלס דער דעמאקראטישע פארטיי'ס קאנדידאטין אין די פּרעזידענט וואלן פון 2024.

ביאגראפיע

זי איז געבוירן אין אוקלענד, קאליפארניע צו א טאַמיל אינדיאַנער (העב') מוטער און אַ דזשאמעיקאנער פאטער. העריס'נס עלטערן האָבן זיך צעטיילט ווען זי איז געווען זיבן, און איר מוטער האט באקומען קאסטאדי פון די קינדער. נאָך די גט, ווען העריס איז געווען 12, האט איר מוטער זיך געצויגן מיט די קינדער צו מאנטרעאל, קוויבעק, קאנאדע.

נאכן גראדואירן פון וועסטמאונט מיטלשולע אין וועסטמאונט, קוויבעק אין 1981 האט העריס שטודירט אין האָוואַרד אוניווערסיטעט אין וואשינגטאן די סי, וואו זי האט מאַיאָרירט אין פּאליטישע וויסנשאפט און עקאנאמיק.

העריס האט זיך אומגעקערט צו קאליפארניע, פארדינענדיג איר 'יוריס דאקטאר' (ענ') פון די 'אוניווערסיטעט פון קאַליפאָרניע, העיסטינגס קאלעדזש פון געזעץ' אין 1989, און האט אנגעהויבן איר קאַריערע אינעם אפיס פון אַלעמידע-קאונטי'ס דיסטריקט-פראקוראר.

אין 2003 איז העריס געווארן די דיסטריקט אטורני פון סיטי און קאונטי פון סאן פראנציסקא. נאכן דינען פאַר צוויי טערמינען, איז זי געווארן ערוועלט אלס דער ערשטער אפריקאנער-אמעריקאנער און ערשטער פרוי צו דינען אלס קאליפארניע אדוואקאט גענעראל אין 2010 און ווידער-ערוועלט אין 2014.

העריס האט געהייראט דאגלאס עמהאף אין 2014 און זיי האבן צוויי קינדער, עלא און קאול. דאס פארפאלק האט געלייגט מזוזות אויף די טור-שוועלן פונעם וויצע-פרעזידענט'ס רעזידענץ, און האבן דארט געפירט א "פעסאווער סעדער" און געפייערט "האנוקע".

אין 2017 איז העריס געווארן איינגעשוואוירן אלס סענאטאר פון די פאראייניגטע שטאטן פאר קאליפארניע, די צווייטע אפריקאנער-אמעריקאנער פרוי און דער ערשטער דרום אזיע-אמעריקאנער סענאטאר אין היסטאריע. זי האט געדינט אין דער קאמיטע פון היימלאנד זיכערהייט און רעגירונגס אנגעלעגנהייטן, די סעלעקט קאמיטע פאר אינטעליגענץ, די קאמיטע פאר די דזשודישיערי, און די קאמיטע פארן בודזשעט. העריס האט קאו-ספּאנסארירט א צוויי-פּארטייאישע רעזאלוציע פארדאמענדיג האס און אנטיסעמיטיזם און רעזאלוציעס פארדאמענדיג די שיסעריי אין 2018 ביי דער "בוים פון לעבן שול" אין פיטסבורג און די שיסעריי אין 2019 אין חב"ד פאוועי (העב').

העריס האט געשטרעבט צו די דעמאקראטישע נאמינאציע צום פּרעזידענטשאפט אין 2020 און האט געשיינט צו זיין א לעגיטימע קאנדידאטין. איר קאמפיין איז אָבער געזען געווארן ווי א דיזעסטער[אויסקלארונג פארלאנגט], און זי האָט זיך ארויסגעצויגן פונעם געלויף איידער די פּריימעריס.

נאָך דעם מארד פון דזשאָרדזש פלויד און נאכפאלגנדע פּראטעסטן און דעמאנסטראציעס אום מאי 2020, איז דזשאו ביידן געווען אונטער דרוק צו אויסקלייבן א שווארצן פרוי אלס זיין וויצע-מיטלויפערין. אום 11 אויגוסט 2020 האט ביידען געמאלדן אַז ער האט אויסדערוועלט העריס אלס זיין וויצע-פּרעזידענט-קאנדידאטין. זייער קאנדידאטור האט באַזיגט דאנאלד טראמפ און מייק פּענס אין די 2020 וואלן. נאך איר אריינוועלונג אלס וויצע פרעזידענט, האט העריס רעזיגנירט פון איר סענאט זיץ דעם 18טן יאנואר 2021. העריס און ביידען זענען איינגעשוואוירן געווארן דעם 20טן יאנואר 2021.

נאך וואס ביידן האט זיך ארויסגעצויגן פון די 2024 פרעזידענט וואלן אום יולי 21, 2024 האט ער ענדארסירט העריס אלס זיין נאכגייער. זי האט באלד געלאזט אין גאנג איר קאמפיין פאר פרעזידענט, טראץ וואס עס איז נישט געווען קלאר אויב זי וועט ווערן געטשעלענדזשט פאר די נאמינאציע.