רוי:סטענלי פישער
פראפעסאר סטענלי פישער (שם קודש: שלמה בן פסח הכהן; ענגליש: Stanley Fischer; געב' דעם 15טן אקטאבער 1943) איז א מדינת ישראל'דיג-אמעריקאנער עקאנאמיסט, וואס האט געדינט ווי אנפירער פונעם באנק פון מדינת ישראל אין די יארן 2005–2013. היינט האלט ער ביי ווערן אונטער־פארזיצער פונעם פעדעראלן רעזערוו. פישער ווערט גערעכנט אן אנזיכטיקער רעפרעזאנטיוו פון דער מאנעטאריסטישער לערע אין מאקרא-עקאנאמיק, און האט געשריבן א סך ביכער און ארטיקלען אויף דעם סוביעקט.
ביאגראפיע
פישער איז געבוירן געווארן צו א אידישער משפחה אין מאזאבוקע, צפון ראדעזיע (היינט זאמביע). ער האט געלערנט אין גימנאזיע אין דרום ראדעזיע (היינט זימבאבווע) און האט זיך אויסגעצייכנט אן פיזיק, מאטעמאטיק און כעמיע, אבער א פריינט פון דער משפחה האט אים געוואנדן צום געביט פון עקאנאמיק. ער האט שטודירט פאר אן ערשטן דיפלאם אין עקאנאמיק אין דער לאנדאנער שולע פון עקאנאמיק (LSE), אין די יארן 1962 ביז 1965. נאכהער איז ער געגאנגען ארבעטן א שטיק צייט אין ישראל, און ער איז צוריקגעמון קיין לאנדאן צו מאכן אן אייניעריקן דיפלאם פון 1965 ביז 1966. ער האט געמאכט זיין דאקטאראט אין עקאנאמיק אינעם מאסאטשוסעטס אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע (MIT), אין 1969.
ער האט געהייראט ראדא קיט, און זיי האבן דריי קינדער.
אקאדעמישע קאריערע
פישער האט געדינט ווי א לעקטאר (Assistant Professor) פאר עקאנאמיק אינעם אוניווערסיטעט פון שיקאגא ביז 1973, און פון דעמאלסט איז ער געווען פראפעסאר אין דעם דעפארטמענט פון עקאנאמיק אינעם מאסאטשוסעטס אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע. פראפ' פישער איז אויך א גאסט לעקטאר אינעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים און אינעם הואווער אנשטאלט אין סטאנפארד.
באנקירן
דעם 1טן מאי 2005 האט מען באשטימט פישער דעם אנפירער פון דער באנק פון מדינת ישראל. מיי 2011 האט זיך פישער קאנדידירט פארן אמט פון פארזיצער פונעם אינטערנאציאנאלן געלטפאנד, אבער ער איז געווארן דיסקוואליפיצירט צוליב זיין עלטער (א קאנדידאט טאר נישט זיין עלטער ווי 65, פישער איז אבער געווען אלט דעמאלסט 67).
דרויסנדיגע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: סטענלי פישער |
- ynet, פישער: הדרך מרודזיה לישראל, אויף ynet, 29סטן אפריל 2005
- Olivier Blanchard, Interview of Stanley Fischer, מאי 2004 (ענגליש)
- הדף של פישער כולל ביוגרפיה מלאה ורשימת פרסומים באתר IIE
- פרופ' דן פלד, שיחה עם פרופ' סטנלי פישער - וידאו, באתר הערוץ האקדמי, 07/06/2007
- אמנון אטד, האיש שהיה שם, באתר כלכליסט, 7טן אפריל 2009
- שהם לוי, סטנלי פישער מתברג בין 7 הנגידים הטובים בעולם, באתר כלכליסט, 16טן אקטאבער 2009
- גיא רולניק, פישר: התפקיד שלנו הוא לא לתת לשליטת המשפחות במשק לצאת משליטה, אויף TheMarker, יאנואר 15, 2010
- צבי לביא, פישער המהפכן - מנצח ללא כלי מלחמה, אויף ynet, 20סטן מערץ 2010
- זאב קליין וחזי שטרנליכט, לא חי בבועה - ראיון עם סטנלי פישער, אויף ישראל היום, 15טן אפריל 2011
- איתן אבריאל, 100 המשפיעים 2012 | מקום שלישי: סטנלי פישר, אויף TheMarker, סעפטעמבער 4, 2012
- יהודה שרוני, סטנלי פישער מזהיר: "יש הרבה עוני שהממשלה צריכה לטפל בו", באתר nrg, 16טן סעפטעמבער 2012
- סבר פלוצקר, הנגיד שאין לו תחליף, אויף ynet, 30סטן יאנואר 2013
- חגי עמית, חמש שאלות לסטנלי פישר, אויף TheMarker, פעברואר 1, 2013
רעפערענצן
|}
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!