רוי:סטאטוע פון ליבערטי

סטאטוע פון ליבערטי העבריש; חופש מאיר את העולם

די סטאטוע פון ליבערטי (ענגליש: Liberty Enlightening the World אדער Statue of Liberty, ווערטלעך: "מאנומענט פון פרייהייט" העבאריש: חירות מאירה את העולם העבריש: חופש מאיר את העולם) איז א סטאטוע וועלכע זיצט אויפן ליבערטי אינזל אין ניו יארק און איז א סימבאל פון פרייהייט. די סטאטוע איז פראקלאמירט געווארן אין 1886 אין דער שטאט ניו יארק. דער מאנומענט באשטייט פון צוויי קליינע אינזלען, ליבערטי אינזל און עליס אינזל, וועלכע געפינען זיך אין די העכערע טייל פונעם ניו יארק בעי אינעם אטלאנטישן אקעאן צווישן ניו יארק און ניו דזשערסי. דער מאנומענט איז אויפגעשטעלט געווארן אויפ'ן ליבערטי אינזל און עליס איילענד איז שפעטער געווארן א טייל פון די מאנומענט.

די סטאטוע פון ליבערטי און איר פארעם איז איינגעקריצט אין די מוחות פון רוב מענטשן אין די וועלט וועלכע ווייסן צו זאגן פון אמעריקע. די סטאטוע איז א מאנומענטל סקולפטור וועלכע סימבאליזירט פרייהייט אין די וועלט. איר פארמאלן נאמען איז ליבערטי ענלייטענינג די ווארלד (פרייהייט וועלכע באלייכט די וועלט) און איז אזוי גערופן געווארן דורך די ארכיטעקטן וועלכע האבן דאס געבויט. די פארעם פון די סטאטוע איז א מענטשליכע פרוי געשטעל וועלכע ראטעוועט זיך ארויס פון די קייטן פון טיראניע וועלכע ליגט אויף אירע פיס. איר רעכטע האנט האלט אין דער הייעך א ברענענדיגע פאקל וועלכע רעפרעזענטירט פרייהייט און אין איר לינקן האנט האלט זי א טעוועלע וועלכע האט אין זיך אריינגעקריצט די דאטום יולי 4 776' (אין רוימישע נומערן), די טאג ווען די פאראייניגטע שטאטן האט דערקלערט איר זעלבסטשטענדיגקייט.

די געשטעל איז געקליידעט אין אמאליגע לאנגע קליידער ביז דער ערד און פארמאגט א קרוין אויפ'ן קאפ מיט 7 שפיצן וועלכע רעפרעזענטירט די 7 אקעאנען און קאנטינענטן פון די וועלט (אקעאנען: ארקטיק, אנטארקטישער אקעאן, דרום און צפון אטלאנטיק, דרום און צפון פאציפיק, און אינדישער אקעאן. קאנטינענטן: צפון און דרום אמעריקע, אייראפע, אזיע, אפריקע, אנטארקטיקע און אויסטראליע). אינעם קרוין איז פאראן 25 פענסטער וועלכע רעפרעזענטירן די 25 נאטורליכע מינעראלן וואס די ערד פארמאגט.

די סטאטוע איז 151 פיס הויך (46 מעטער) און ליגט אויף א געבויטע פלאטפארמע וועלכע ברענגט איר הייך צו 305 פיס (93 מעטער). די געבוי באשטייט פון אייזערנע זיילן באדעקט מיט אויסגעהאקטע קופער. די אייזערנע פארעם איז געבויט געווארן דורך דער פראנצויזישער אינזשעניר אלעקסאנדרע-גוסטאוו אייפעל וועלכער האט אויך געבויט די וועלט בארימטע אייפעל טורעם אין פאריז. די פלאטפארמע אויף וועלכע די סטאטוע זיצט איז געבויט געווארן דורך אן אמעריקאנער אינזשעניר ריטשארד מאריס האנט. די פלאטפארמע באשטייט פון א טורעם געבוי וועלכע זיצט אויף א גרויסע געביידע אין פארעם פון א שטערן. די גאנצע פלאטפארמע איז געבויט מיט צעמענט און די שטערן געביידע פארמאגט שטיינער פון א היסטארישן מויער וועלכע איז געבויט געווארן אויף דעם אינזל צו פארטיידיגן ניו יארק אין דער 1812 קריג. די אינזל איז דעמאלט גערופן געווארן פארט וואוד.

אין 2011 האט מען פארמאכט די סטאטוע אויף א יאר ביזן 28סטן אקטאבער 2012, כדי צו פאררעכטן די טרעפן און איינשטעלן עטליכע זיכערהייט זאכן. ליבערטי אינזל האט מען געלאזט אפן. אבער א טאג נאכהער האט מען פארמאכט ליבערטי אינזל צוליב הוראגאן סענדי, און ער בלייבט פארמאכט צום קהל ביזן 4טן יולי 2013.

סטאטוע פאקטן

די סטאטוע פון ליבערטי איז אן אייזערנער געבויטער סקולפטור באדעקט מיט זייער א דינע שיכט פון קופער (דינער ווי די דיקקייט פון צוויי פעני מטבעות) וועלכע ליגט אויף א צעמענטענע טורעם וועלכע ליגט אויף א פלאטפארמע אין פארעם פון א שטערן. די סטאטוע שטייט הויך 305 פיס מיט 6 אינטשעס אויב מען רעכנט פון די ערד ביז איר פאקל. די סטאטוע זעלבסט איז נאר 111 פיס מיט 6 אינטשעס. דאס טייטש אז די פלאטפארמע איז 194 פיס הויך, כמעט מיט א דריטל העכער ווי די סטאטוע זעלבסט. די טעוועלע וועלכע זי האלט אויפ'ן האנט איז 23 פיס און 7 אינטשעס לאנג און 13 פיס און 7 אינטשעס ברייט. איר לינקע האנט איז לאנג 16 פיס מיט 3 אינטשעס און די רעכטע שטייט הויך 42 פיס מיט א דיקיקייט פון 12 פיס ביים אנהויב. איר טייטל פינגער איז לאנג 8 פיס און די נעגל איז 13 אינטשעס ביי 10 אינטשעס און וועגט 3.5 פונט. איר קאפ איז ברייט פון איין אויער צו די אנדערע מיט 10 פיס און לאנג 17 פיס, אירע אויגן זענען גרויס 2 פיס און 6 אינטשעס, די נאז 4 פיס און 6 אינטשעס, די מויל איז ברייט 3 פיס. די קערפער פון די סטאטוע איז דיק 35 פיס און עס וועגט א סך הכל פון 450,000 פונט, דאס איז בערך האלב פון א 747 דזשאמבא פליגער.

די סך הכל מאטריאל וואס איז גענוצט געווארן צו בויען די סטאטוע איז 179,000 פונט קופער, און 250,000 פונט אייזן.

די סטאטוע איז געבויט אויף אזא מין וועג עס זאל זיך קענען בייגן ווען עס קומט שטארקע ווינטן. מיט יעדע ווינט וואס לויפט שנעלער ווי 50 מ.פ.ש. וועט זיך די גאנצע סטאטוע בייגן אהין און צוריק מיט 3 אינטשעס. איר האנט איז נאכמער בייגעוודיק און וועט זיך רירן מיט 5 אינטשעס. אינעם קרוין איז פאראן א גרויסע צימער וועלכע איז אויג פארכאפנד מיט אירע 25 פענסטער ארום און ארום פון וועלכע מען קען זען גאנץ ניו יארק און א טייל פון ניו דזשורסי.

די סטאטוע ליגט מיט'ן פנים צו מזרח קוקנדיג אויף אייראפע. אנאליסטן האבן אויפמערקזאם געמאכט אז די סטאטוע איז איבער 20 מאל די גרויס פון א דורכשניטליכער לעבעדיגער פרוי און וועגט ארום 3,215 מאל איר וואג. אין דער סטאטוע איז פאראן 85,000 קוביק פיס וואס איז בערך 10,600 מאל די קערפער פון א מענטש וועלכע פארמאגט ארום 8 קוביק פיס.


היסטאריע

די סטאטוע פון ליבערטי באצייכנט און אנדענקט די פריינטשאפט צווישן פראנקרייך און די פאראייניגטע שטאטן דורכאויס די אמעריקאנער רעוואלוציע פון 775' ביז 783'. די מאנומענט איז דעזיינט געווארן דורך א פראנצויזישער סקאלפטור מיט'ן נאמען פעדעריק אוגוסטע בארטהאלדי און איז פארטיג געווארן אין 884'. די פראנצויזישע באפעלקערונג האט געגעבן דאס געלט צו בויען די טייערע סטאטוע און די אמעריקאנער באפעלקערונג האט צעשטייער געגעבן צו בויען די טורעם אויף וועלכע די סטאטוע איז ארויפגעשטעלט געווארן. אין אמעריקע איז דאס געלט צוזאמענגענומען געווארן אין א מאסיוון קאמפיין וועלכע איז אונטערגענומען געווארן דורך דער לעגענדער צייטונג פאבלישער דזשאסעף פוליצער, אן אונגארישער אימיגראנט, וועלכע האט געווידמעט די עדיטאריעלס פון זיין "די וועלט" צייטונג צו קוראזשירן די באפעלקערונג מען זאל געבן געלטער צו קענען בויען די פלאטפארמע.

ווען די סקולפטור איז פארטיג געווארן האט מען דאס ערשט ארויסגעלייגט אויף פארשטעלונג אין פאריז און דאן האט מען דאס צענומען צו 350 שטיקער און איינגעפאקט אין 214 קאנטעינארס און אפגעשיקט קיין ניו יארק מיט א פראנצויזישן שיף וואו מען האט עס צוריק צוזאמענגעשטעלט אין 4 מאנאטן און ארויפגעשטעלט אויף די צעמענטענע פלאטפארמע אויפ'ן ליבערטי אינזל אין די וואסערן פון ניו יארק אין די אנוועזנהייט פון טויזענטער מענטשן.

די סטאטוע איז אפיציעל פארגעשטעלט געווארן צו די וועלט אין 886' ביי א ספעציעלע צערעמאניע מיט די באטייליגונג פון דעם דעמאלטדיגן פרעזידענט גראווער קליוולאנד. אין די פאלגענדע יארן איז די סטאטוע פון ליבערטי געווארן אן אינטערנאציאנאלע סימבאל פון פרייהייט ארום די וועלט. די סטאטוע האט אויפגענומען די מיליאנען אימיגראנטן וועלכע זענען אנגעקומען קיין אמעריקע צו עליס איילענד. אין 903' האט מען איינגעקריצט א פאעמע וועלכע איז געמאכט געווארן דורך א באוואוסטע אמעריקאנער פאעט עמא לאזארוס וועלכע שטעלט פאר די סטאטוע אלס די סימבאל פון פרייהייט און ברענגט ארויס די האפענונג וועלכע די וועלט לייגט אויף פרייהייט.

די סטאטוע פון ליבערטי איז פראקלאמירט געווארן אלס א נאציאנאלע מאנומענט ערשט אין 924' אינאיינעם מיט עליס איילנעד. נאך די קריג איז די סטאטוע באצייכענט געווארן דורך די יו-ען אלס א העריטעדזש ארט.

אין 986' האט מען צוגעגרייט דעם סטאטוע צו א הונדערט יאר פייערונג דורך איבעררייניגן די גאנצע קערפער און מען האט געטוישט די גלעזערנע און מעטאלענע פאקעל צו גאלד. די גאנצע ארבעט איז געמאכט געווארן דורך אינזשענירן פון פראנקרייך און אמעריקע און איז באצאלט געווארן דורך אמעריקאנער איינוואוינער נאכדעם וואס פרעזידענט רעיגן האט געעפענט א ספעציעלע פאנד דערפאר. א צייט שפעטער האט מען אריינגעבויט א ליפט וועלכע פירט ארויף ביזן דעק פון דעם פלאטפארמע טורעם וואו מען האט אויפגעשטעלט א מוזעאם פון איר היסטאריע וועלכע אנטהאלט די ארגינעלע גלעזערנע און מעטאלענע פאקל און נאך היסטארישע שטיקער פון די סטאטוע. טויזענטער מענטשן באזוכן ליבערטי איילענד יעדן טאג דורך א פערי רייד פון באטערי פארק אין מאנהעטן. די באזוכער האבן אמאל געהאט די געלעגנהייט ארויפצוגיין אויך אינעם טורעם זעלבסט ביז איר קרוין וואס איז א מהלך פון 354 שטיגן (אייניג צו א 22 שטאקיגער געביידע) וואו מען קען כאפן אן אויג-פארכאפענדע בליק איבער ניו יארק און אירע וואלקן קראצער געביידעס.

דורכאויס די יארן האט מען עטליכע מאל אפגעשפארט די סטאטוע פון באזוכער אויס מורא פאר איר שטארקייט. אום סעפטעמבער 11 2001 אינדערפרי האט מען דאס ווידער פארשפארט צוליב זיכערהייט סיבות. די פארק סערוויס האט דאן אונטערגענומען נאך אן אונטערזוכונג און פארשטערקערט די סטאטוע און דאס צוריק געעפענט פאר די פובליק אין 2005 אין די אנוועזנהייט פון הונדערטער מענטשן אין שפיץ פון מעיאר בלומבערג. נאך אלץ האט מען נאר געעפענט די פלאטפארמע וואו די מענטשן קענען ארויפגיין 150 פיס הויך און שטיין נעבן די פיס פון די סטאטוע אבער די סטאטוע זעלבסט איז געבליבן פארמאכט צוליב זיכערהייט סיבות. זינט דעמאלט איז אונטערגענומען געווארן א קאמפיין פון ארגאניזאציעס וועלכע לייגן דרוק אויף די שטאט און פארק סערוויס זיי זאלן ווידער עפענען די סטאטוע און רעפרעזענטירן די ריכטיגע פרייהייט. די ארגאניזאציעס האט געבעטן צענדליגער טויזענטער מענטשן זיי זאלן שיקן אי-מעיל און בריוון מיט א פארגעשריבענע פארלאנג מען זאל דאס צוריק עפענען אבער דערווייל איז דאס געבליבן פארשפארט.


עליס איילענד

דער עליס איילענד (אינזל) האט געדינט אלס די אויפנאמ'ס אינזל ווי א געשאצטע 12 מיליאן אימיגראנטן זענען אנגעקומען צווישן די יארן פון 892' ביז 954', אריינגערעכנט אסאך מלחמה געליטענע איבערהויפט אידן.

די אינזל איז געווארן א טייל פון די סטאטוע פון ליבערטי נאציאנאלע מאנומענט אין 965'. אין 984' האט מען אנגעהויבן בויען א אימיגראנט מוזעאם אין די הויפט געביידע וועלכע איז פארטיג געווארן אין 990' און איז געעפענט געווארן פאר די פובליק אלס א טייל פון די באזוך אויפ'ן ליבערטי אינזל. די מוזעאם באשטייט פון 3 שטאקן און אנטהאלט א שטודיע לייברערי, און הונדערטער בילדער און ווידעאוס פון איר היסטאריע. די טור פעריס טראגן די טוריסטן צו ביידע אינזלן און די טוריסטן קענען דארט בלייבן ווילאנג זיי ווילן ווען יעדע 20 מינוט קומט אן א נייע פערי.


נאכגעמאכטע סטאטוע פון ליבערטיס

אין פאריז, פראנקרייך האבן אמעריקאנער איינוואוינערס אויפגעשטעלט א נאכגעמאכטע סטאטוע פון ליבערטי וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן אין 889' ארום 1.5 קילאמעטער ווייט פונעם אייפעל טורעם אויף א קליינע אינזל אינעם סיען טייך. די סטאטוע איז נאר 35 פיס הויך און ליגט אויף א צעמענטענע טורעם בערך 50 פיס הויך. די סטאטוע איז באצאלט געווארן דורך די אמעריקאנער איינוואוינער אין פראנקרייך און האבן דאס געגעבן אלס א צוריק באלוינונג.

עס איז נישט באקאנט ווער עס האט געמאכט די סטאטוע און טייל זאגן אז עס איז גאר געווען די מאדעל סטאטוע וועלכע אייפעל האט גענוצט צו בויען די עכטע סטאטוע פון ליבערטי.

אין 902' האט א פראנצויזישער אימיגראנט, וויליאם פלאטו, וועלכע האט פארמאגט א ווערהויז אין מאנהעטן, אויפגעשטעלט א נאכגעמאכטע סטאטוע פון ליבערטי וועלכע ער האט אליינס געבויט און דעזיינט און עס אויפגעשטעלט אויפ'ן דאך פון זיין 8 שטאקיגע געביידע אויף דער 64סטער גאס און בראדוועי און איז געשטאנען 40 פיס הויך. פלאטו איז געשטארבן אין 931' זייער יונג און האט מיטגענומען די היסטאריע פון דער סטאטוע מיט זיך.

די סטאטוע איז זייער פונקטליך נאכגעמאכט די עכטע און עס פארמאגט שטיגן מיט וועלכע מען קען ארויפגיין ביז'ן קרוין וואו עס איז פאראן עטליכע פענסטער. די סטאטוע איז אבער פארשלאסן געווארן שוין אין 912' נאכדעם וואס אינזשענירן האבן באשלאסן אז עס איז נישט גענוג פארזיכערט און שטארק.

נאך סעפטעמבער 11 2001 האבן די געביידע פארוואלטער באשלאסן אראפצונעמען די סטאטוע און איבערבויען די געביידע מיט מער שטאקן. די סטאטוע איז געגעבן געווארן במתנה צו דער ברוקלין מוזעאום אלס אנדענק פון די העלדישע פייערלעשערס, פאליציי אפיצירן, און עמוירדזשענסי ארבייטער וועלכע זענען אומגעקומען אין די וואורלד טרעיד צענטער אטאקעס.

נאך א סטאטוע פון ליבערטי געפינט זיך אין בירמינגהאם, אלאבאמא וועלכע איז געבויט געווארן דורך א לעבנס פארזיכערונג פירמע וועלכע האט זיך גערופן ליבערטי נעשאנעל לייף אינשורענס. די סטאטוע איז אויך געבויט געווארן אין פראנקרייך און איז בערך א דריטל די גרויס פון די עכטע סטאטוע פון ליבערטי. די סטאטוע איז ארויפגעשטעלט געווארן אויף די לייף אינשורענס פירמע געביידע. שפעטער האט מען אראפגענומען די סטאטוע און עס געשטעלט אין א שטאטישע פארק וועלכע מען האט א נאמען געגעבן ליבערטי פארק. אלע מאטאריסטן וועלכע פארן אויפ'ן 459 אינטערסטעיט הייעוועי קענען קלאר זען דעם סטאטו בייטאג און ביינאכט דורך לעקטער וועלכע באלייכטן איר.

נאך א גרויסע נאכגעמאכטע סטאטוע פון ליבערטי געפינט זיך אין לאס וועגאס, נעוואדע, און איז א טייל פון די וואונדערליכע ניו יארק האטעל וועלכע פארמאגט אויך נאכגעמאכטע וואלקן קראצער געביידעס פון ניו יארק סיטי. די סטאטוע איז האלב די גרויס פון די עכטע.

עס זענען פאראן נאך עטליכע נאכגעמאכטע סטאטוע פון ליבערטיס אין קלענערע פארמאטן ארום דער וועלט. באקאנט איז די סטאטוע אין בארדא, פראנקרייך, וועלכע איז נישט מער ווי 8 פיס הויך. די סטאטוע איז אראפגענומען געווארן דורך די דייטשן אין דער צווייטער וועלט מלחמה און איז צוריקגעשטעלט געווארן אין 02' אלס אנדענק פון די סעפטעמבער 11 אטאקעס אין אמעריקע. עטליכע וואכן דערויף האבן אומבאקאנטע יונגען וואנדיליזירט די סטאטוע און דאס פארברענט און צעבראכן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!