רוי:סאסנאווצע
שטאָט אין פוילן
|
סאסנאווצע (פּויליש: Sosnowiec; דייטש: Sosnowitz) איז א שטאט אין זאגלעמביע דאבראווסקיע, דרום פוילן, 65 ק"מ צפון־מזרח פון קראקע. זי באדעקט א שטח פון 91.06 קוואדראט ק"מ. אין 2009 האט סאסנאווצע געהאט 220,450 איינוואוינער.
היסטאריע
אידישע קהילה
אין 1897 האט די אידישע באפעלקערונג פון סאסנאווצע געציילט 2,291 נפשות, און אין 1921— 13,464 נפשות.[1]
די ערשטע אידן זענען געקומען אין סאסנאווצע, אין 1860, אלעקסאנדער און ראדאמסקער חסידים.
ביים חורבן אייראפע זענען 29,000 אידן, א פערטל פון דער באפעלקערונג פון דער שטאט, אומגעקומען דורך די נאצי רוצחים.
צווילינג שטעט
סאסנאווצע האט די צווילינג שטעט:
- לע מורא, פראַנקרייך
- שאץ, רומעניע
- רובע, פראַנקרייך
- קאמאראם, אונגאַרן
- דערהאטשי, אוקראינע
באקאנטע מענטשן
- הרב ישראל יצחק פיעקארסקי, ראש ישיבה פון תומכי תמימים אין ניו יארק
- רבי שלמה חנוך ראבינאוויטש, ראדאמסקער רבי
- הרב רבי שלמה זאב צווייגענהאפט, ראש השוחטים פון פולין, און רב פון האנאווער און נידערסאקסעין
- הרב אריה צבי פראָמער, קאזשיגלאווער רב
דרויסנדיגע לינקס
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!