רוי:נתאי הארבלי

נתאי הארבלי, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט דריי מאל אין משניות.

זיין צייט

נתאי הארבלי איז געווען פון צווייטן דור זוגות,[1] פון פערטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה,[2], און די צייטן פון די חשמונאים.

איבער אים

נתאי הארבלי ליגט אין ארבאל אן ארט צווישן ציפורי און טבריה.[3]

צווייטער זוג

נתאי הארבלי איז געווען דער אב בית דין פון די סנהדרין, און יהושע בן פרחיה איז געווען דער נשיא. צווישן זיי איז ווייטער אנגעגאנגן די מחלוקת אין הלכה צווישן די חכמי ישראל, צו מען מעג סומך זיין אין יום טוב, יהושע בן פרחיה האט געהאלטן אז נישט, און נתאי הארבלי האט געהאלטן אז יא.[4]

אין משניות

  • מסכת חגיגה פרק ב' משנה ב', יהושע בן פרחיה אומר, שלא לסמוך, נתאי הארבלי אומר, לסמוך, וכו'
  • מסכת אבות פרק א' משנה ו', יהושע בן פרחיה ונתאי הארבלי קבלו מהם, וכו'
  • מסכת אבות פרק א' משנה ו', נתאי הארבלי אומר, הרחק משכן רע, ואל תתחבר לרשע, ואל תתיאש וכו'

זעט אויך

רשימה:תנאים

רעפרענצען

  1. אבות פ"א מ"ו
  2. רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד
  3. ספר היוחסין
  4. חגיגה ט"ז ע"א



דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!