רוי:נחום איש גמזו

נחום איש גמזו איז געווען אַ תּנא אין ערשטן יאָרהונדערט, מסתּמא פון דער שטאָט גמזו (דערמאָנט אין דברי הימים ב' כ"ח). אין חגיגה י"ב ווערט געזאָגט, אַז זיין תּלמיד איז געווען רבי עקיבא, וועלכער האָט געלערנט ביי נחום איש גמזו 22 יאָר. אין תּענית כ"א ווערט געזאָגט, אַז דעריבער האָט מען אים גערופן איש גמזו, ווייל אויף אַלע פּאַסירונגען, אפילו אויף שלעכטע, האָט ער געזאָגט "גם זו לטובה" (אויך דאָס איז צום גוטן). די גמרא דאָרט אין תּענית ברענגט ספּורים וועגן אים. פארהאן אַ מיינונג אַז ער איז נחמיה העמסוני, וועלכער איז אויך געווען דער רבי פון רבי עקיבא.


Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!