רוי:ליבעראליזם

פאליטישע שיטה

ליבעראליזם אין פאליטיק וויסנשאפט איז א מעטאד וואס איר געדאנק איז צו ערלויבן יעדן מענטש צו וואקסן עקאָנאָמיש אן גרעניצן. אנדערש איז סאציאליזם וואס כלומרשט די רייכער דארף זארגן פאר די ארימעלייט.

די ליבעראלישע צוגאנג האלט אז מען דארף לאזן דעם מענטש זיך אנטוויקלען וויפיל נאר ער קען, און די רעגירונג טאר זיך נישט אריינמישן אים צו צווינגען אונטערהאלטן שוואכערע מענטשן. אבער כאטש דעם, אויך א ליבעראלישע דעמאקראטישע רעגירונג שטיצט מינימליש "נאטורליכע רעכטונגען" פאר די גאר שוואכע אינוואלידע מענטשן, כדי צו שענקען מינימאלע רעספעקט פארן מענטש צו זיין א "מענטש".

א דעמאקראטישע רעגירונג קען זיך פירן מער ליבעראל אדער מער סאציאליסטיש. למשל די פאראייניגטע שטאטן פירן זיך מער ליבעראל, און פארשידענע לענדער אין אייראפע ווצ"ב גרויסבריטאניע, דייטשלאנד, פראנקרייך, מדינת ישראל א.א.וו. פירן זיך מער סאציאליסטיש.

מעלות און חסרונות

דער ליבעראלער צוגאנג וואס גיט פולע ערלויבונג פאר יעדן בירגער צו אנטוויקלען זיך וויפיל נאר ער קען, בריינגט פיל פלייס פארן בירגער צו פארגרעסערן זיין געזעלשאפט, און אזוי בריינגט ער מער ארבעט פאר מער מענטשן. אויך בריינגט דאס פאַרמעסטונגען צווישן די געזעלשאפטן, וואס דאס מאכט ביליגער די פראדוקטן וואס די געזעלשאפטן פראדוצירן. אבער פון דער צווייטער זייט, נעמט עס אוועק די חשק פון די רייכע צו ארבעטן, ווייל זייער געלט גייט צו ראטעווען פאלאר-בערן און גלאבאלע-אנווארעמונג. און עס ברענגט א געוואלדיקע אונטערשיידונג צווישן די רייכע און בעסערע מענטשן וואס האבן א פּאָטענציעל צו אימער וואקסן, און די פראסטע לייט בלייבן אימער הינטערשטעליק.

ליבעראליזם אין לעבנסשטייגער

ליבעראל - אין קאנטראסט צו קאנסערוואטיוו - איז גרייט צו טוישן איינגעגעסענע טראדיציעס פאר א בעסערן, נייערן און מער מאדערנעם לעבנסשטייגער. די ליבעראלן זענען די וואס קעמפן פאר אלעם וואס פון אייביג אן באטראכט געווארן ווי שלעכט אדער פארבאטן, ווי למשל אבארטן אא"וו.

זעט אויך

  דער ארטיקל איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!