טעקע:29n2.jpg
די אידן זענען ארויס טאַנצן אין די גאַסן

כ"ט בנובמבר איז אן העברעיש אנערקענונגס-ווארט וואס באדייט דער טאג ט"ז כסלו ה'תש"ח ; 29סטן נאוועמבער 1947. "כ"ט בנובמבר" האט באקומען א "שם" און א סך גאסן אין ארץ ישראל ווערט אנגערופן לויט דעם: "כ"ט בנובמבר".

אין דער טאג האט דער יו-ען באשטימט די ענדע פון דעם בריטישן מאנדאט אין ארץ ישראל און צו אויפשטעלן צוויי באזונדערע מדינות: א יידישע רעגירונג און אן אראבישע רעגירונג, מיט ירושלים אונטער אן אינטערנאַציאָנאַלן קאנטראל.

די אראבער האבן נישט מסכים געווען צום יו-ען פסק, און האבן באלד אנגעהויבן די אומאפהענגיגקייט מלחמה, וואס צו דער ענדע האבן זיי אנגעווארן דעם קריג.

דעם יו-ען פארשלאג פון דער פראגראם צו צעטיילן ארץ ישראל איז באשטעטיגט געווארן דורך רוב וויילערס. 33 מדינות האבן געשטימט יא, 13 - אויף ניין, 10 האבן זיך אפגעהאלטן פון שטימען, און איין לאנד איז געווען אפוועזנד.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!