רוי:יידיש גליק (פילם, 1925)

פילם

 

ייִדיש גליק (רוסיש: «Еврейское счастье») איז אַ שטומער סאָוועטישער פילם, וועלכער איז געמאַכט געוואָרן אין 1925 לויט מאָטיוון פון שלום-עליכמס דערציילונגען. לכתחילה איז דער טיטל פונעם פילם געווען "מנחם-מענדל".

סיפּור-המעשה

דער נאָמען פונעם הויפּט-פּערסאָנאַזש איז מנחם-מענדל.

דער פילם שילדערט די לאַגע פון ייִדישע אָרעמעלייט אין תחום-המושב. די האַנדלונג אַנטוויקלט זיך אין בערדיטשעוו.

אין די ראָליעס

די ראָליעס אין דעם פילם פילן אויס אַקטיאָרן פונעם מאָסקווער ייִדישן קאַמער-טעאַטער (שפּעטער – דער מאָסקווער ייִדישער מלוכה-טעאַטער):

  • שלמה מיכאלסמנחם-מענדל
  • י.ראָגאַלער - אָשר
  • אַלכסנדר עפּשטיין – יאָסעלע
  • תמר אַדעלהיים - ביילע
  • משה גאָלדבלאַט - זלמן
  • מיכאל לאָשאַק – מאָטעלע
  • ט.חזק – קימבאַק

פילמירונגס-גרופּע

רעזשיסאר - אַלעקסיי גראַנאָווסקי

סצענאַר- אויטאָרן – גריגאָרי גריטשער-טשעריקאָווער, יצחק טענערעמאָ, באָריס לעאָנידאָוו

מחבר פון אונטערשריפטן – יצחק באַבעל

קינסטלערישע אויספורעמונג – נתן אַלטמאַן

אָפּעראַטאָרן – עדואַרד טיסע, וואַסילי כוואַטאָוו, נ.סטרוקאָוו

קאָמפּאָזיטאָר – לייב פּולווער

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!