רוי:יוסף אשכנזי

ר' יוסף אשכנזי איז דער גבאי און נאמן בית (ווי אויך א קרוב) פון ערשטן סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים.

ער איז א זון פון ר' שרגא פייבוש אשכנזי וועלכער איז געווען דעם רבינ'ס גבאי אין סאטמאר, רומעניע.

נאך דער פטירה פון סאטמארער רבי האט ער געעפנט א ביהמ"ד נעבן זיין הויז אין קרית יואל - קהל מהר"י אשכנזי טאלטשווא נאך זיין זיידע רבי יואל אשכנזי, טאלטשעווער רב.

ביאגראפיע

במשך די מלחמה יארן האט ער באגלייט דעם סאטמארער רבי'ן און רביצין דורכאויס אלע זייערע דעסטינאציעס, און דורכאויס די מלחמה האבן אים דער רבי און די רביצין אפיציעל אדאפטירט אלץ יוסף טייטלבוים.

נאך די מלחמה איז ער פארבליבן די גבאי ביז דעם רבינ'ס פטירה חודש אב תשל"ט. פאר פרנסה האט ר' יוסף געפירט א ספרים געשעפט אין וויליאמסבורג הוצאת ירושלים.

ספרים

די זכות פון דרוקן דעם סאטמארער רבינ'ס ספרים איז איבערגעגעבן געווארן דורך דעם רבי'ן זעלבסט צו ר' יוסף, מאכנדיג אים און זיינע קינדער די ארויסגעבער פון די ספרים ווי דברי יואל, ויואל משה, ייטב לב, און פילע אנדערע ספרים לבית סאטמאר אונטערן נאמען "הוצאת ירושלים".

במשך די יארן זענען געווען אזעלכע וועלכע האבן געדריקט א חלק פון די ספרים אן רשות, אקעגן וועם ר' יוסף איז שארף ארויס אין די הקדמה צו די ספרים, אויסדרוקנדיק זיין אויסשליסליכע רעכט וועלכע איז אים געגעבן געווארן.

ר' יוסף האט אויך אליין ארויסגעגעבן א ספר מיטן נאמען "שארית יוסף - על התורה".

זיינע קינדער

  • ווייב פון הרב מאיר שפיטץ - ביסטריצער רב
  • ווייב פון הרב העניך מרדכי מייזליש - טאלטשעווער רב
  • ווייב פון הרב ליפא טייטלבוים - זענטער רב
דער ארטיקל בנוגע אידן איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!