רוי:טראנסניסטריע

Transnistria-coa.svg
Transnistria State Flag.svg

טראַנסניסטריע, טראַנס־נעסטער אָדער ביי-דנעסטריע איז א געגנט אין מאלדאווע וואס האט אויסגערופן אומאפהענגיגקייט אין 1990.


געשיכטע

נאָך דער ערשטער וועלט מלחמה איז טראנסניסטריע געווען א טייל פון דער אוקריינישער סאוועטער רעפובליק. ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, האט דייטשלאנד געשאנקען דעם געגנט פאר רומעניע, אלס דאנקבארקייט פאר רומעניעס אנשליסן זיך, אינעם קאמף קעגן רוסלאנד.

ביים חורבן

פאר דער מלחמה האבן געוואוינט אינעם געגנט, אריבער א פערטל מיליאן אידן, און צענדליקע טויזנטער זענען אומגעקומען, דורך די איינזעצגרופעס און די ווערמאכט. ביז פרילינג 1943 זענען מער פון העלפט אומגעקומען, דורך נאציס און אוקראינישע קאלאבארירער.

דער רומענישער דיקטאטאר, יאן אנטאנעסקא, האט פארטריבן 150,000 אידן פון מאָלדאָווע, בעסאַראַביע און בוקאווינע, קיין טראנסניסטריע, וואו די אידן זענען קאנצעטרירט געווארן אין געטאס און ארבעטס לאגערן, 90,000 אידן זענען געשטארבן פון הונגער, קעלט, און קרענק, דערנאך איז הילף פון אידישע ארגאניזאציעס אין רומעניע, אנגעקומען צו די אידן, און האבן אסאך געהאלפן צו די לעבנס געבליבענע.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!