די טאַאיף אפמאך, ווערט אויך גערופן נאציאנאלע פארשטענדעניש אפמאך. איז א פאליטישער אפמאך, אונטערגעשריבן אין טאאיף, סאודי אראביע. דעם 22טן אקטאבער 1989. אונטערגעשריבן דורך אלע לעבנס פארבליבענע פארלאמענט מיטגלידער, אין לבנון פון די 1972 וואלן (דאס איז געווען דאס לעצטע מאל, וואס לעבאנעזע בירגער האבן ערוויילט א רעגירונג, ביזן ענדע פונעם בירגערקריג), ביים סוף פון לבנון ברודער קריג.

די אפמאך באצייכענט צווישן אנדערע, דאס ספעציעלע צוזאמענארבעט צווישן סיריע און לבנון, און באטאנט אז סיריע וועט פארבלייבן אין לבנון, פאר צוויי יאר, ביז עס וועט הערשן א פולשטענדיקע שלום, צווישן די פארשידענע פארטייען.

די אפמאך האט אינגאנצן געטוישט די פאליטישע קאכלעפל וואס איז געווען אנגענומען אין לבנון, נאכן נאציאנאלע פארשטענדעניש, פון 1943, פון ניין און ניינציג פארלאמענט דעפוטאטן, צוטיילט צו פינף און פופציג קריסטן, דאס איבריגע מוסלמענער. יעצט האט לבנון באקומען 128 דעפוטאטן, צוטיילט אייניג האלב אויף האלב, צווישן די צוויי זייטן. דער סוני פרעמיער מיניסטער, איז ביז דאן ערוויילט געווארן דורכן מאראנישער פרעזידענט, נאכן אפמאך איז ער ערוועלט געווארן דורכן פארלאמענט. די מיניסטארן אין די רעגירונג זענען אויך צעטיילט געווארן האלב אויף האלב.

דעם 4טן נאוועמבער 1989, איז דער אפמאך אדאפטירט געווארן דורך די דעפוטאטן. אויפצומארגנס האבן זיי אויפגענומען רענא מאוועד אלס פרעזידענט. 409 טעג נאכדעם וואס אמין זשומייעל האט איבערגעגעבן דאס פרעזידענטשאפט פאר מישעל אאון.

17 טעג נאכן ערוויילט ווערן, נאך איידער מאוועד איז אריין אין באאבדע, איז ער אומגעקומען אין אן אויטא באמבע, עליאס האראווי האט אים איבערגענומען.

סיריע אין דעם אפמאך

אין דער אפמאך ווערט געשריבן.

"וויבאלד די ציל פון לבנון איז, צו געוועלטיקן אויף איר אויבערשאפט, פון דאס גאנצע טעריטאריע וואס געהערט צו לבנון. דורך אירע קרעפטן, ספעציעל אינערליכע זיכערהייט. וויבאלד די פריינטליכע באציונגען וואס פארבינדט סיריע מיט לבנון, איז א שטארקע. וועט סיריע העלפן די געזעצליכע לעבאנעזע רעגירונג, צו געוועלטיקן איבערן לאנד מיט סירישע קרעפטן, פאר א צייט פעריאד פון נישט מער פון צוויי יאר. אנגעפאנגען פון די באשטעטיגונג פון די נאציאנאלע פארשטענדעניש, דאס אויסקלויבן א פרעזידענט, אויפשטעלן א פאראייניגטע רעגירונג, און רעפארמען צו די קאנסטיטוציע."

סיריע וואס איז אריין אין לבנון 1976, האט נישט אפגעטרעטן ווי אפגעמאכט. אויף די 11טן מאי 2004, האט דזשארדזש וו. בוש פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, ארויפגעלייגט סאנקציעס אויף סיריע, פארן נישט אויספאלגן ווי זיי האבן זיך פארפליכטעט.

די פאראייניגטע פעלקער, האט אין א זיצונג פון די זיכערהייטס ראט, אנגענומען רעזאלוציע 1559, וואס פארלאנגט א ריקצוג פון סיריעס אנוועזנהייט אין לבנון.

די אינטערנאציאנאלע דרוק, האט זיך געשטארקט נאכן אטענטאט אויף ראפיק על כארירי, מאסן דעמאנסטראציעס אין לבנון, זענען דורכגעפירט געווארן איבער גאנץ לבנון קעגן סיריע, וואס איז באשולדיגט געווארן פארן מארד. שפעטער זענען זיי באצייכענט געווארן אלס די טענענביימער איבערקערעניש. דעמאלט ערשט האט באשער על אסאד, פרעזידענט פון סיריע, דערקלערט זיין גרייטקייט ארויסצוציען זיך פון לבנון.

דעם 26סטן אפריל 2005, האבן די לעצטע סירישע זעלנער פארלאזט לבנון, נאך ניין און צוואנציג יאר אנוועזנהייט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!