רוי:חאסני מובאראק

חאסני מובאראק
מובאראק, דער פערטער פרעזידענט פון עגיפטן
מובארכ מיט דזשארדזש וו. בוש נשיא ארצות הברית, מרץ 2002

מוכאַמאַד כאסני מובאַראַק (4טן מאי 192825סטן פעברואר 2020) איז געווען דער פערטער פרעזידענט פון עגיפטן, אין אמט פון 14טן אקטאבער 1981 א וואך נאכן געשאסן ווערן פון אנוואר סאדאט 6טן אקטאבער 1981 ביזן 11טן פעברואר 2011.

ער איז געבוירן אין על-מעסעלעכא, עגיפטן, צפון פון קאהיר אין 1928, צו א פאמיליע וואס האט זיך באשעפטיגט מיט לאנדארבעט.

אבער ווען ער איז עלטער געווארן, איז ער אריין אין דער אקאדעמיע פון פליער, און ביי דער זעקסטאגיגע מלחמה איז ער געווען א קאמאנדיר פון א לופט באזע. נאך דער מלחמה, איז ער געווארן באויפטראגט צוריק אויפצושטעלן די לופט כוחות, און ער איז געווארן דער שעף פון די לופט כוחות פון עגיפטן, און ביי דער יום כיפור מלחמה, איז עס שוין געווען אסאך שטערקער, און מער פארגעשריטן ווי בעפאר.

ער איז געוואקסן אין ראנג פון אינערהאלב די עגיפטען לופט פלאט רייען ביז ער איז געווארן וויצע פרעזידענט. און דערנאך פרעזידענט, מובאראק ווערט פארעכענט אלס איינער פון די שטערקסטע איינפלוסרייכסטע פירער אין מיטל מזרח אין אויף די אראבישע וועלט.

ווען אנוואר סאדאט איז געהרגט געווארן אין 1981, איז ער געווארן פרעזידענט פון עגיפטן, און זייענדיק איינער פון די מאכטפולסטער פירער פון דעם מיטל מזרח, און דער אראבישער וועלט, שפילט ער א ראלע אין די פאליטיק, אי בנוגע ישראל אי אין אנדערע עניינים.

ער האט רעזיגנירט פון אמט 11טן פעברואר 2011, און די ארמיי האט איבערגענומען דאס פירערשאפט אין לאנד.

איז געווען זייער ליב געהאט דורך מרן רבי עובדיה יוסף, וואס אויך דערקלערט עטליכע מאל צו דאַוונען פאַר די היילונג און הצלחה פון כאסאני מובאַראַק. מרן רבי עובדיה יוסף האט געזאגט אַז ער ליב ישראל און ליב שלום.

משפחה

ווייב סוזן מובאראק. די פּאָר האט צוויי זון, גאַמאַל מבבארכ און הלאַאַה מבבארכ.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!