דין וחשבון איז א רעליגיעזע און בעיקר אידישער באגריף, וואס נאכ'ן שטארבן וועט מען געשטעלט ווערן פאר א בית דין של מעלה, אפצוגעבן א באריכט פון אלע עבירות און מצוות וואס מען האט געטאן במשך פון די מאה ועשרים שנה פון לעבן דאהי. און באקומען דערויף שכר ועונש.

מקור פונ'ם אויסדרוק

דער אויסדרוק "דין וחשבון" געפונט זיך אין פרקי אבות ( ג, א און ד, כב).

דער גר"א[1] צייכנט צו צוויי פסוקים אין מגילת קהלת: ”וְדָע כִּי עַל כָּל אֵלֶּה יְבִיאֲךָ הָאֱ-לֹהִים בַּמִּשְׁפָּט” (יא, ט), און ”כִּי אֶת כָּל מַעֲשֶׂה הָאֱ-לֹהִים יָבִא בְמִשְׁפָּט עַל כָּל נֶעְלָם אִם טוֹב וְאִם רָע” (יב, יד).

חילוק צווישן דין און חשבון

דער גר"א איז מסביר אז "דין" מיינט וואס מען איז אים דן אויף דער עבירה וואס ער האט עובר געווען, און "חשבון" מיינט אז מען מאכט א חשבון אויף דער "צייט" ווען ער האט געטון דער עבירה, וואס אין יענע צייט האט ער דאך געקענט טון א מצוה אדער לערנען, און אויף דער צייט וואס איז געגאנגען לאיבוד טוט מען אים באזונדער שטראפן, אויסער דער שטראף וואס קומט אויפ'ן עבירה זעלבסט[2].

אין ספר "זרע יצחק" פון רבי יצחק חיות ברענגט ער אין נאמען פון מדרש און זוהר אז פונקט ווי מען לערנט מיט א מענטש דער גאנצע תורה בעפאר ער ווערט געבוירן, אזוי אויך ווען ער ווערט נפטר, דערמאנט מען אים דער גאנצע תורה, און מען פרעגט אים אויף אלע עבירות, וואס איז זייער שטראף, און ער ענטפערט דעם דין און דעם עונש, און דערנאך דערמאנט מען אים אלע זיינע עבירות וואס ער האט געטון, און ער פסקנ'ט זיך אליין דעם דין. מיט דעם איז דער "זרע יצחק" מפרש "דין וחשבון", אז צום ערשט מאכט ער אליין דעם "דין", און דערנאך דעם "חשבון"[3].

רעפערענצן

  1. חידושי הגר"א, אבות ג, א
  2. לקוטים מהגר"א, סוף שנות אליהו אויף מסכת שביעית
  3. זרע יצחק, אבות ג, א