רוי:בריטישע אינזלען

פלאצירונג פון די בריטישע אינזלען אין אייראפע

די בריטישע אינזלען זענען אן ארכיפעלאג (א גרופע פון אינזלען) לעבן דעם צפון־מערב בארטן פון דער אייראפעאישער יבשה וואס שליסט איין די אינזלען גרויסבריטאניע און אירלאנד, מיט נאך זעך טויזנט קלענערע אינזלען.[1] צויי סואווערענע שטאטן געפינען זיך אויף די אינזלען: דאס פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און צפון אירלאנד (באוואוסט מיטן נאמען "פאראייניגטע קעניגרייך") און אירלאנד.[2] די בריטישע אינזלען זענען אויך כולל דעם אינזעל פון מאן און, טראדיציאנעל, די קאנאל אינזלען, כאטש די לעצטע זענען אין אמת א באזונדערע גרופע אינזלען.[3][4]

געאגראפיע

דער צפונדיקער טייל פון גרויסבריטאניע איז גוט בערגיק, און דער העכסטער פונקט אויף די אינזלען איז בען נעוויס וואס איז הויך 1,345 מ.

געוואוקסן און חיות

כאטש ס'האבן אמאל געלעבט אין די אינזלען וועלף, בערן און רעניפערן, היינט זענען זיי אינגאנצן אויסגעשטארבן. דער רויטער הערש איז געשיצט. קליינע זויגערס פון קיניגלען, פוקסן, טאקסן, האזן, שטעכלערס און הארמלען טרעפט מען אומעטום. אסאך טייכן אנטהאלטן ווידרעס און מ'טרעפט ים־הינט אפט אויף די בארטנס.


רעפערענצן

  1. "British Isles," Encyclopædia Britannica
  2. דער דיפלאמאטישער און קאנצטיטוציאנאלער נאמען פונעם אירישן שטאט איז "אירלאנד". אפטמאל זאגן מענטשן "רעפובליק פון אירלאנד", וואס איז נישט קיין אפיציעלער נאמען אבער, לויטן רעפובליק פון אירלאנד אַקט 1948, מעג מען ניצן דעם נאמען.
  3. Oxford English Dictionary: "British Isles: a geographical term for the islands comparing Great Britain and Ireland with all their offshore islands including the Isle of Man and the Channel Islands."
  4. Alan, Lew; Colin, Hall; Dallen, Timothy (2008). World Geography of Travel and Tourism: A Regional Approach. Oxford: Elsevier. ISBN 9780750679787. The British Isles comprise more than 6,000 islands off the northwest coast of continental Europe, including the countries of the United Kingdom of Great Britain (England, Scotland and Wales) and Northern Ireland, and the Republic of Ireland. The group also includes the United Kingdom crown dependencies of the Isle of Man, and by tradition, the Channel Islands (the Bailiwicks of Guernsey and Jersey), even though these islands are strictly speaking an archipelago immediately off the coast of Normandy (France) rather than part of the British Isles.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!