רוי:ווידרע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ווידרע
אייראפעאישע ווידרע (Lutra lutra)
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
שטאַם: Chordata
קלאַס: זויגערס
סדר: Carnivora
פאַמיליע: Mustelidae
אונטערפאַמיליע: Lutrinae
באנאפארטע, 1838

א ווידרע (וויסנשאפטליכער נאמען: Lutrinae) איז איינער פון דרייצן זגאלן פון וואסער זויגערס, וואס זענען אן אונטער־משפחה פון דער וויזעלע משפחה, וואס איז כולל וויזעלעס, אילטיסן און טאקסן. זיי עסן פיש, באשעפענישן אן א רוקנביין, אמפיביעס, און קליינע פייגעלעך און זויגערס. א ווידרע לעבט 16 יאר.

ווידרעס האבן א קערפער וואס איז שמאל און לאנג, און האבן הייטלדיקע לאפעס און שארפע קרעלן אויף די פיס. אחוץ דער ים ווידרע האבן זיי א לאנגע וויידל. א געוואקסענע ווידרע איז לאנג צווישן 80 און 160 צ"מ, מיט א געוויכט פון 1 ק"ג ביז 45 ק"ג. זיי האבן א ווייכן פעלץ וואס איז באדעקט מיט א דרויסנדיקער שיכטע פון האר.

ווידרעס לעבן אפט אין קאלט וואסער און דארפן עסן א סאך. די אייראפעאישע ווידרע עסט יעדן טאג 15% פון איר אייגענעם געוויכט און די ים ווידרע ביז 25%.

די ים ווידרע לעבט אין אקעאן, אבער זי רוט און שלאפט ביים ברעג. זי איז די שווערסטע ווידרע, ביז 45 ק"ג.

די נקבות טראגן פון איין ביז פינף קליינע אויף אמאל.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!