רוי:בן-ציון שענקער

בן ציון שענקער (י"ח אייר תרפ"ה12טן מאי 1925 - י"ט מרחשון תשע"ז20סטן נאוועמבער 2016), איז געווען דער באוואוסטער 'בעל מנגן' הידוע פון דעם מאדזשיצער חסידות און פון די ארויסשטעקנדיקע שעפער אין חסידישער מוזיק. ער האט געזינגען, קאמפאזירט און פארעפנטליכט צענדליקע פלאטעס, קאסעטעס און דיסקן פון מאדזשיצער ניגונים וואס די מאדזשיצער רבי'ס און ער אויך האבן קאמפאזירט. צווישן זיינע מערסט באקאנטע ניגונים זענען "אשת חיל"[1] און "מזמור לדוד"[2] וואס מען זינגט אין טויזנטער יידישע הייזער ביי די שבת זמירות, אפטמאל אן צו וויסן ווער האט זיי קאמפאזירט.

ביאגראפיע

שענקער איז געבוירן גווארן אין וויליאמסבורג, ברוקלין, צו זיינע עלטערן מרדכי שענקער און זיין ווייב מרים, טריסקער חסידים פון פוילן. ער האט געלערנט אין תורה ודעת ישיבה אין ברוקלין. אין די 1940ער יארן איז ער געווארן באַקאַנט מיטן מאדזשיצער רבי'ן רבי שאול ידידיה אלעזר טויב קורץ נאָך ווען ער איז געקומען פון אייראָפּע אין די פאראייניגטע שטאַטן נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה,[3] און זינט דעמאָלט איז ער געווען פארבונדן מיט אלע מאדזשיצער רבי'ס. אין תורה ודעת האט ער געקענט שלמה קארלעבאך וואס איז געווען יינגער פון אים מיט צוויי יאר און האט אים צונויפגעטראפן מיט דער וועלט פון מאדזשיצער ניגונים. שפעטער האט קארלעבאך זיך אויסגעדרוקט אז ער האט אפילו נישט קיין איין ניגון וואס איז נישט געווארן באאיינפלוסט מיט מאדזשיץ.[4]

שענקער, אַ גראַדואַנט פון דער מוזיק קאנסערוואטאריע אין ניו יארק, איז באקאנט ווי דער ערשטער צו האָבן רעקארדירט אויטענטישע חסידישע מוזיק אויף א פראפעסיאנעלן שטייגער. אין לויף פון זיין לעבן האט ער פארפאסט עטליכע 600 מעלאדיעס און מער ווי אַ טוץ סידיס וואס זענען פונאנדערגעטיילט אין דער גאנצער וועלט. לויט שרה פרידלאַנד בן-ארזה: "די נאַטור פון פּאָעזיע און זיין קאמפאזיציע איז עכט און פאלקיש, און זיינע אויספירונגען זענען וואַרעם און איידל".[5] ער האט געוואוינט אין פלעטבוש, ניו יארק, און געדינט ווי דער בעל תפילה אינעם ארטיגן מאדזשיצער שטיבל אויף קאני איילענד עוועניו.

ער איז נפטר געווארן זונטאג י"ט מרחשון תרע"ז (20סטן נאוועמבער 2016) אין די פאראייניגטע שטאטן ביי דער עלטער פון 91.[6]

רשימה פון זיינע אלבומס

  • מודז'יץ ח"י - חלק א-ד (2000)
  • מבשר טוב (2002)
  • מזמור לדוד (2003)
  • אשת חיל (2003)
  • ולירושלים עירך (2003)
  • ויבטחו בך (2003)
  • ליהודים הייתה אורה (2005)
  • קול צהלה (2005)
  • וחסידים ברינה יגילו (2005)
  • שבת במודז'יץ א' - וביום השבת (2006)
  • שבת במודז'יץ ב' - מעין עולם הבא (2006)
  • שבת במודז'יץ ג' - כי בא מועד (2006)
  • שבת במודז'יץ ד' - מלוה מלכה (2006)
  • שירי מריעים (2011)
  • הלל וזמרה (2014)
  • שירו לה' שיר חדש (2016)

דרויסנדיגע לינקס


רעפערענצן

  1. אשת חיל, אתר הזמנה לפיוט
  2. מזמור לדוד, אתר הזמנה לפיוט
  3. אחיו של שנקר היה חתנו של האדמו"ר
  4. הרב ד"ר נתן אופיר,הרבי המרקד, אתר מורשת
    שרה פרידלנד בן-ארזה, מודז'יץ היום, אתר הזמנה לפיוט
  5. שרה פרידלנד בן-ארזה, ר' בן ציון שנקר, אתר הזמנה לפיוט
  6. משה ויסברג, בגיל 91: המלחין האגדי רבי בן ציון שנקר ז"ל, אויף בחדרי חרדים, 20 בנובמבר 2016

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!