רוי:אמעריקאנער דאלאר
דער אמעריקאנער דאלאר (סימבאל: $, קאד: USD ) איז די אפיציעלע וואלוטע פון די פאראייניגטע שטאטן.
דער דאלאר ווערט צעטיילט אויף 100 סענט. ער ווערט אויך באניצט אין אסאך אנדערע לענדער.
די קלענסטע מטבע איז איין צענט. די אנדערע מטבעות זענען א ניקל (5 סענטס), א דיים (10 סענטס), א פערטל (25 סענטס) און א האלבער דאלאר (50 סענטס).
ס'איז אויך דא א מטבע פון א גאנצער דאלאר, וואס ווערט נישט באנוצט אפט.
פראדוצירונג
די וואלוטע ווערט געמאכט דורך די יו-עס ביורא אוו ענגרעווינג און דרוקן און די מינט דעפארטמענט וועלכע זענען ביידע א טייל פונעם יו-עס טרעזשורי דעפארטמענט. דער פעדעראלער ביורא פון ענגרעווינג ענד דרוקן פראדוצירט די באנקנאטעס פון איינס, צוויי, פינף, צען, צוואנציג, פופציג, און הונדערט דאלארן. עס איז אמאל געווען גרויסע באנקנאטעס פון פינף הונדערט, טויזנט, און פינף טויזנט. די גרעסטע באנקנאטע וואס די יו-עס האט אמאל געמאכט איז געווען הונדערט טויזנט דאלאר באנקנאטעס וועלכע זענען געדרוקט געווארן אין 1934, און איז נאר גענוצט געווארן פאר טראנזאקציעס צווישן די בענק און פעדעראלע רעזערוו און איז קיינמאל נישט אריין אין צירקולאציע.
די מינט דעפארטמענט פראדוצירט די איינס, פינף, צען, און פינף און צוואנציג צענט מטבעות און אויך די גאלדענע דאלאר מטבע וועלכע רופט זיך די סאקאגאוואי גאלד דאלאר מטבע וועלכע איז דער נאכפאלגער פאר די ביז יעצטיגע סוזען בי אנטאני דאלאר מטבע.
די מינט דעפארטמענט פראדוצירט 30 מיליאן מטבעות פער יאר פאר די צירקולאציע. די יו-עס ביורא אוו גראווירן און דרוקן פראדוצירט 37 מיליאן באנקנאטעס אין איין טאג אין די ווערט פון 696 מיליאן דאלאר, און 95 פראצענט איז אלטע באנקנאטעס וועלכע ווערן איבערגעמאכט נאכדעם וואס זיי גייען צוגרינד.
וואלוטע קאנטראל
צו האלטן קאנטראל אויף אלע געלטער איז איינגעשטעלט א סיסטעם אז אלע געלטער וואס ווערן דעפאזיט אין בענק ווערן איבערגעגעבן צו די פעדעראלע רעזערוו בענק וועלכע טוישן דאס אויף פאר נייע געלט פאר וועלכע די בענק באצאלן א קליינע אפצאל פאר די סערוויס. די רעזערוו בענק שיקן אפ דאס געלט צו די מינט דעפארטמענט וועלכע קוקן דאס איבער און ווי זיי זאגן איז נאר א דריטל גענוג גוט צו קענען ווייטער צירקולירן. דאס איבריגע געלט ווערט פארטיליקט און ריסייקעלט צו נייע באנקנאטן. דער 1 דאלאר ביל ווערט דאס מערסטע גענוצט און האלט נישט געווענליך מער ווי אנדערהאלבן יאר. א פינפער האלט 2 יאר, א צענער און א צוואנציגער 3-4 יאר, און א פיפציגער אדער הונדערטער ארום 9 יאר.
דרויסנדיגע לינקס
- אמעריקאנער דאלאר (היסטאָריש און קראַנט באַנקנאָטעס) (ענגליש) (דייטש)
זעט אויך
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!