רוי:אידישער חינוך אין ניו יארק

קאנטראווערסיע איבער אידישער חינוך אין ניו יארק
יש לעדכן ערך זה.
ייתכן שהמידע המצוי בדף זה אינו מעודכן, איר זענט געלאדענט ארויסצוהעלפן און אפדעיטן דעם ארטיקל. אויב איר האלט אז עס פעלט נישט דאס צו אפדעיטן, קענט איר אוועקנעמען דעם מוסטער. מעגליך אז איר וועט טרעפן פרטים אינעם שמועס בלאט. עדכון
איינע פון די חסיד'ישע מוסדות אין ברוקלין, ניו יארק

דער אידישער חינוך אין ניו יארק ווערט באדראעט דורך פארשידענע עלעמענטן.

היסטאריע

אין כסלו ה'תשע"ט האט דער ניו יארקער עדיוקעישן דעפארטמענט ארויסגעשטעלט פרישע פארשריפטן וועלכע שטעלן אוועק רעגולאציעס איבער לימודי חול פאר אלע פריוואטע שולעס אין ניו יארק, און דאס האט געשטעלט א פראבלעם פאר מוסדות התורה צו נאכקומען.

די נייע רעגולאציעס האבן פארלאנגט פיל מער שעות פון סעקולערע שטודיעס און פארלאנגט א מינימום פון זעקס שעה א טאג ביז די 8טע קלאס, א זאך וואס לאזט כמעט נישט איבער קיין צייט פאר לימודי קודש. זיי האבן דערביי געזאגט אז די עדיוקעישן דעפארטמענט וועט שיקן אינספעקטארן צו אונטערזוכן אויב די מוסדות קומען נאך די פארשריפטן. די פארשריפטן האבן פארלאנגט אז קינדער ביז די 4טע קלאס דארפן לערנען ענגליש, מאטעמאטיקס, פיזיקס, טעכנאלאגיע, היסטאריע און ציווילע שטודיעס, און קינדער העכער די 5טע קלאס דארפן לערנען[אויסקלארונג פארלאנגט]. אויסער דעם דארף מען אויך איינפירן "ארט פראגראמען" צו אויסלערנען די קינדער צייכענען, זינגען, טאנצן א.ד.ג.[1]

מוסדות קאמף פאר'ן חינוך

ראשי המוסדות און רבנים האבן אפגעהאלטן באראטונגען וויאזוי צו באהאנדלען די פארשריפטן. עסקנים פון "פוירלס" האבן געארבעט צו פארשטעלן פאר די עדיוקעישן דעפארטמענט א פולע פראגראם פון די לימודים וואס תלמידי המוסדות באקומען אין ניו יארק, און צייגן אז די קינדער באקומען א גוטע און פולקאמע חינוך, און דארפן נישט אנקומען צו די "טובות" פון דרויסנדיגע פארזארגער.[1]

מיטוואך ויגש, ד' טבת תשע"ט, איז געהערט געווארן א שארפע ארויסטריט פון א קאטוילישע ארגאניזאציע וועלכע פארטרעט בערך 500 קאטוילישע שולעס לענגאויס ניו יארק סטעיט, אין וועלכע זיי האבן געזאגט אז זיי וועלן אין קיין פאל נישט אריינלאזן קיין אינספעקטארן פון דער סטעיט’ס ערציאונג דעפארטמענט אין זייערע שולעס. דאס האט געצייגט אז די נייע אנטי-חינוך פארשריפטן זענען עפעס וואס אפילו אנדערע פריוואטע שולעס קענען זיך נישט צושטעלן.[2]

טיילווייזע צוריקטראט פון סטעיט

טבת תשע"ט האט די ניו יארק סטעיט ערציאונגס דערפארטמענט טיילווייז צוריקגעצויגן פון דער פארלאנג אז מען זאל לערנען כאטש 7 שעה א טאג לימודי חול, אבער האבן נאך אלץ פארלאנגט אז עס זאל זיין א מינימום פון 17 און א האלב שעה א וואך פאר העכערע עלעמענטארע קלאסן (כיתות ה' און ו'). אדמיניסטראטארן, סיי פון מוסדות התורה און סיי פון נישט אידישע פריוואטע שולעס, האבן זיך אויסגעדריקט אז די זארג איז נישט איבער די רעגולאציעס, נאר איבער דער נייער פרעצעדענט אז די סטעיט רעגירונג זאל האבן א ווארט איבער לימודים פון פריוואטע שולעס, א זאך וואס קען האבן ווייטגרייכנדע פאלגן, און דער האפענונג איז אז די רעגירונג זאל גענצליך איבערלאזן סיי וועלכע באשלוסן אנבאלאנגט לימודים אין ישיבות אין די הענט פון די מנהלים און ראשי ישיבה.[3]

קאונסיללייט דרוקן אויס זארג איבער נייע פארשריפטן

א גרופע פון 28 ניו יארק סיטי קאונסיל מיטגלידער האבן דאן געשיקט א בריוו צו די ניו יארק סטעיט עדיוקעשאן דעפארטמענט אויסצודריקן קעגנערשאפט פאר די נייע פארשריפטן פאר פריוואטע שולעס.

דער בריוו האט ארויסגעברענגט אז די נייע פארשריפטן גייען פיל ווייטער ווי בלויז לערנען די מינימאלע לימודי חול וואס פעלט זיך אויס, און האט אויסגעדריקט זארג אז דער סטעיט טוט דערמיט צופיל אריינרעדן אין פריוואטע שולעס וואס זיי זאלן יא אדער נישט לערנען.

די קאונסיל מיטגלידער האבן אויך ארויסגעברענגט אז די פארשריפטן זענען געשריבן געווארן אן זיך דורכרעדן מיט אנדערע צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן.[4]

ניו יארקער ישיבות קלאגן אן קאמיסיאנער איבער דיסקרימינאציע

סוף שבט האט דער פאראיין פון פריוואטע שולעס אין ניו יארק אריינגעגעבן א קלאגע קעגן די נייע רעגולאציעס אין נאמען פון אירע 196 שולעס אין ניו יארק.

אגודת ישראל, תורה ומסורה, און נאך עטליכע ארגאניזאציעס און ישיבות האבן אויך אריינגעגעבן א פאראייניגטע אנקלאגע אין א געריכט אין אלבאני קעגן די ערציאונגס קאמיסיאנער פון ניו יארק מאריעלען עליע, אין וועלכע זיי זאגן אז זי דיסקרימינירט קעגן ישיבות און פארלעצט די ציווילע רעכטן פון עלטערן מיט אירע פארשריפטן און רעגולאציעס וואס זי האט ארויפגעלייגט אויף די ישיבות איבער וויפיל אלגעמיינע לימודים מען מוז לערנען.

די ישיבות וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אינעם קלאגע זענען מתיבתא רבי חיים בערלין, ישיבה תורה ועבודה, מתיבתא תפארת ירושלים, ישיבת רבי יעקב יוסף און ישיבת חתן סופר. זיי האבן אנגעוויזן אז זיי געבן א גוטע ערציאונג, און די תלמידים זענען גענוג באהאוונט מיט לימודי חול וואס פעלט זיך אויס, און די פארשריפטן פון די קאמיסיאנער זוכט צו ארויפצווינגען שעות וועלכע זענען אוממעגליך פאר א ישיבה מיט לימודי קודש.

דער קלאגע זאגט אויך אז די סטעיט טוט פארלעצן די קאנסטיטוציאנעלע רעכטן פון עלטערן צו באשליסן וואספארא סארט חינוך זיי ווילן פאר זייערע קינדער.[5]

סטעיט עדיוקעישאן קאמיסיאנער רעזיגנירט

מאנטאג בלק, י"ב תמוז תשע"ט האט די ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן קאמיסיאנער מעריעלען עליא געמאלדן אז זי וועט רעזיגנירן פון איר אמט, א מעלדונג וואס האט געכאפט יעדן אין איבערראשונג, אריינגערעכנט די "באורד אוו רעגענטס" וועלכע האבן איבערזיכט אויפ'ן עדיוקעישאן דעפארטמענט. עליא'ס רעזיגנאציע איז געקומען נישט לאנג נאכדעם וואס זי האט פונדאסניי אריינגעגעבן אירע אנטי-חינוך ריכטליניעס פאר'ן דערמאנטן באורד.[6]

חתימות איבער חינוך רעגולאציעס

סוף זומער תשע"ט האבן עסקנים געברענגט חתימות פון איבער 135 טויזנט עלטערן וועלכע האבן קינדער אין פריוואטע שולעס איבער ניו יארק, אין וועלכע זיי דרוקן אויס קעגנערשאפט צו די פרישע רעגולאציעס פון דעם שטאַט'ס בילדונג קאמיסיאנער וועלכע פארלאנגען 'עקוויוועלענסי' — דאס הייסט אז מוסדות התורה זאלן צושטעלן די זעלבע מאס סעקולערע לימודים ווי די אלגעמיינע מוסדות. די רוב איז געקומען פון עלטערן פון מוסדות התורה, אבער אויך טויזנטער עלטערן פון פריוואטע שולעס פון אנדערע רעליגיעס להבדיל האבן זיך צוגעשטעלט צום קאמפיין.[7]

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!