רוי:אזהרות מהרצ"א

טעקע:Azhuras.jpg
דער שער בלאט פון קונטרס אזהרות מהרצ"א

אזהרות מהרצ"א איז א בריעף (שפעטער געדרוקט אלס קונטרס) געשריבן געווארן דורך רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל, רב אין דינאוו באקאנט אלס דער בני יששכר

דער מחבר

רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), און איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזענסק. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דובעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.

רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר אגרא דכלה איז נאך באקאנט: אגרא דכלה, אגרא דפרקא, בני יששכר, ברכה משולשת, דברים נחמדים, דרך עדותיך, דרך פקודיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, והיה ברכה, חדושי בני יששכר, חדושי מהרצ"א, טעמי המצות, כלי הרואים, לקוטי מהרצ"א, מגיד תעלומה, מעין גנים, נחל אמונים, סדר הקרבנות, רגל ישרה, ריח דודאים, תקנות תמכין דאורייתא

אינהאלט

דער מחבר שרייבט אין דעם איינפיר פון דעם בריעף, אז פון ווען ער איז געקומען קיין אונגארן האט ער באמערקט ווי ס'הערשט א געוואלדיגע פארגרעבטקייט ביים אלגעמיינעם יידישן פאלק, ספעציעל, אין די ארומיגע שטעטלעך און דערפלעך וואו ס'איז נישט פארהאנען קיין רבנים. צוקוקנדיג דאס אלעס האט ער פארשטאנען אז דער אייבערשטער וואס פירט און דרייט אלעס האט אים געשיקט קיין אונגארן אויפקלערן די אידן וואס מען מעג און וואס נישט, וואס פון ווען אידישע קינדער האבן געזאגט "נעשה ונשמע" איז ביי זיי איינעווארצלט געווארן א נאטור אויס צוהערן וואס מען לערנט און זאגט זיי. דערפאר האט ער אפגעשריבען דעם בריעף און ער איז גוזר אויף אלע ערטער וואס זענען אונטער זיין פירערשאפט אויף צוהענגן דעם בריעף אין בית המדרש ווי מען דאווענט, און ווי מען וועט אים נישט פאלגען פארביעט ער דעם בעל תפלה צו דאווענען פארן עמוד.

די תקנות

  • ריכטיג אנהוטן שבת - נישט פארקויפן קיין משקה אין די שענק שבת אויך נישט דורך גוים, נישט לאזען טוהן קיין ארבעט דורך גויאשע באדינערס, די ווייבער זאלען נישט ארויסגיין שבת מיט א קאם אריין געשטעקט אין די האר, וואס אין דער וואכן איז עס אויך א פארדארבען געפירעכטס.
  • פארבאטן צו עסן געשטאפטע גענז, שטרענג אויף פאסן אויף חלב ישראל.
  • נישט באקן ברויט אין אויוון צוזאנען מיט מילכיגס אדער פליישיגס.
  • גיין אנגעטון מיט א טלית וואס האט די ריכטיגע מאס.
  • נישט גיין מיט א קפי"ט רא"ק אהן ציצית.
  • אויף פאסן אויף דער מצוה פון מזוזה, ווער איז דער סופר.
  • זיין אנגעהיטן ביים האנדלן מיט דער מאסן און געוויכטן.
  • גוט קאנטראלירן דעם לאווינט פון שעטנז.
  • קיינער טאר נישט מסדר קידושין זיין אן זיין רשות. מען טאר נישט טאנצן געמישט.
  • ס'איז גאר הארב זיך צו לאזן וואקסן א טשאפ אויפן קאפ.

אויסגאבעס

אויסער די אויסגאבעס, איז דער קונטרס אזהרות מהרצ"א פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אן אנדער אויסגאבע.

רעפערענצן

ספרי בית דינאוו

אגרא דכלה · אגרא דפרקא · אור למאיר · אזהרות מהרצ"א · בני יששכר · ברכה משולשת · דברים נחמדים · דרך עדותיך · דרך פקודיך · הגהות והוספות מהרצ"א · הגהות מהרצ"א · הלכות ותקנות · הנותן אמרי שפר · והיה ברכה · זכרון מאיר · חדושי בני יששכר · חדושי מהרצ"א · טעמי המצות · יודעי בינה · כלי הרואים · לקוטי מהרצ"א · מגיד תעלומה · מעין גנים · נחל אמונים · סדר הקרבנות · צבי לצדיק · צמח דוד · קרן ישועה · רגל ישרה · ריח דודאים · תקנות תמכין דאורייתא

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!