רוי:אונטער גליל

דער אונטער גליל איז א ראיאן אין צפון פון ארץ ישראל. זיינע גרעניצן זענען דער יזרעאל טאל אין דרום, דער ים כנרת און ירדן טאל אין מזרח, דער אויבער גליל אין צפון און דער זבולון טאל און דאס עכו פלאכלאנד אין מערב. דער אונטער גליל איז דער דרומדיקער טייל פונעם גליל. ער הייסט "תחתון" ווייל ער האט נישט אזויפיל בערג ווי דער אויבער גליל, און איז טאקע דער נידעריגסטער בארגדיקער ראיאן אין ארץ-ישראל. די שפיצן פון דעם אונטער גליל הייבן זיך ביז 500 מעטער איבערן ים-שפיגל, די העכסטע שפיצן זענען הר כמון (598 מ') אין צפון טייל פונעם אונטער גליל און הר תבור (588 מ') אינעם דרום טייל.

געאגראפיע

 
הר תבור

דער אונטער גליל איז אינגאנצן נידעריגע בערג פון מזרח צו מערב, מיט עטליכע ברייטע טאלן אינצווישן, למשל בקעת בית נטופה און בקעת בית הכרם. אין מערב פונעם אונטער גליל געפינען זיך נידעריגע בערג (200-300 מ') באדעקט מיט דעמב וועלדער, אין צענטראלן אונטער גליל ווערט דער שטח מער בארגדיק און אין מזרח איז א פלאכער באזאלט אין א הייך פון 300 מ' איבערן ים-שפיגל.

דער לאנדשאפט פונעם אונטער גליל איז ווינציגער דראמאטיש ווי דער אויבער גליל, אבער גרינער, פרידליכער און שטילער.

א שיינער טייל פון די לאנדווירטשאפט פראדוקטן פונם לאנד ישראל קומען פון דעם אונטער גליל.

די ערד אינעם אונטער גליל איז קרייד, טערע רויזע און באזאלט.

דער אונטער גליל איז אין דעם צפון ישראל דיסטריקט.


דרויסנדיקע פארבינדונגען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!