רבי ישראל יצחק קאלמאנאוויץ

תורה'דיגער פיגור אין בני ברק (געבוירן תרצ"א)

רבי ישראל יצחק קאלמאנאוויץ (געבוירן תרצ"א, 1931) פון בני ברק, ער דינט אלס ראש כולל "ישיבת כנסת בית אברהם" און ער איז דער מחבר פון די רייע ספרים "אהלי ישועה" און "רשימות שיעורים" אויף ש"ס, פון די פירער פון די "פלג הירושלמי".

רבי ישראל יצחק קאלמאנאוויץ
רבי ישראל יצחק קאלמאנאוויץ, תשפ"א.
רבי ישראל יצחק קאלמאנאוויץ, תשפ"א.
געבורט 1931 (יארגאנג: 93 בערך)
ה'תרצ"א
ישראל
למד ב ישיבת סלבודקה
וואוין אָרט בני ברק
טעטיגקייט אָרט בני ברק
השתייכות הפלג הירושלמי
תחומי עיסוק ראש ישיבת גאון יעקב.
תפקידים נוספים ראש כולל 'כנסת בית אברהם', רב בית הכנסת "אהלי ישועה"
רבי'ס זיין פאטער, רבי אברהם קאלמאנאוויץ
ספרים רשימות שיעורים, אהלי ישועה
ווייב צפורה
טאטע רבי אברהם קאלמאנאוויץ
מאמע לאה

ביאגראפיע

רבי ישראל יצחק איז געבוירן אין ווילנא צו רבי אברהם קאלמאנאוויץ, דער מירער ראש ישיבה אין אמעריקע, און לאה. ער האט געלערנט אין דער סלאבאדקער ישיבה אין בני ברק, און ער פלעגט ער זיך דרייען ביים בריסקער רב רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק צו רעדן מיט אים אין לערנען.

ער האט געהייראט צפורה (נפטר געווארן י"ב תמוז ה'תשפ"ג[1]), א טאכטער פון רבי יצחק מאיר קארעלענשטיין. נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אין די סלאבאדקער כולל. ווען "ישיבת גאון יעקב" אין בני ברק האט זיך געעפנט צום ערשטן מאל, האט רבי ישראל יצחק געדינט אלס ראש ישיבה און רבי דן סגל אלס משגיח רוחני. די ישיבה האט זיך שפעטער פארמאכט, און שפעטער האט זיך דאס געעפנט פון דאס ניי אונטער דער הנהגה פון רבי זאב ברלין און רבי נתן זוכובסקי. היינט דינט רבי ישראל יצחק אלס ראש כולל פון "ישיבת כנסת בית אברהם", אויף זיין טאטנ'ס נאמען[2]. ביים כולל (נאכמיטאג) לערנט מען מסכתות פון סדר קדשים, וואו ער גיבט איבער שיעורים אויף די לימודים פון כולל.

אלס יונגערמאן פלעגט ער זיך באטייליגן ביים "שיעור חומש" פון רבי יחיאל מיכל פיינשטיין. און ער פלעגט לענגערע יארן לערנען גמרא בעיון בחברותא מיט'ן סלאנימער רבי'ן רבי אברהם וויינבערג.

זיין מנין פלעגט זיין אין ישיבת גאון יעקב, און ווען ער האט זיך אנגעשלאסן אין די בני תורה פארטיי איז ער אריבער דאווענען אין "ישיבת בית מאיר" וואס שטייט אין שפיץ פון רבי צבי ראטנבערג. היינט דאוונט ער איז אין זיין בית מדרש "אהלי ישועה", וואס האט זיך געעפנט חודש ניסן תש"פ. דארט רעכט ער אפ זיין עבודת הקודש; תפילות, לימוד התורה, און קבלת קהל.

זיינע תפילות

ער דאוונט אלס שליח ציבור יעדע תפילה לענגערע שעות, און איז שטארק מאריך און מדקדק ביים ארויסזאגן די ווערטער, בפרט ביי די שמות הקודש. אין זיי בית מדרש איז פארהאן א פארמיטאג כולל פאר יונגעלייט וואס לערנען 'מה שליבם חפץ' בשעת ער דאוונט שחרית, ער זאל האבן א מנין ביים דאווענען.

השקפה

ער האלט מיט'ן סאטמאר רבי'נס השקפה בנוגע ציונות און ער גייט נישט צו די בחירות אין ארץ ישראל.

נאך רבי שמואל אויערבאך'ס פטירה האט ער זיך איינמאל באטייליגט ביי די זיצונג פון מועצת גדולי עולם התורה פון די בני תורה פארטיי[3]. א טייל פון די בני תורה פאררעכענען אים אלס א מנהיג[4]. ביי די עצרת וואס איז פארגעקומען מוצאי עשרה בטבת תשע"ה אין ירושלים אנטקעגן גזירת הגיוס, האט ער שארף פארדאמט די רבנים פון די דגל התורה פארטיי און ער האט זיי אנגערופן אז זיי טראגן "אויפגעבלאזענע טיטלען" ("בעלי תארים מנופחים")[5].

ער שטייט אין שפיץ פון די קרן "מאיר עיני ישראל" וואס העלפט מוסדות על טהרת הקודש פון די בני תורה[6].

ער האט זיך אנגענומען פאר די הנהלה פון "תלמוד תורה תפארת יעקב" וואס שטייט בנשיאות רבי צבי פריעדמאן, פון די מנהיגים פון בני תורה, און איז ארויס שארף קעגן אירע קעגנער[7].

ביי דער תקופה פון דער קאראנא האט ער גע'טענה'ט אז די מדינת ישראל רעגירונג נוצט אויס די געלעגנהייט פריי צו מאכן דעם פרומען ציבור, מיט א שפיל פון זארגן אויף דער געזונט, און צוליב דעם איז פארשליסן ישיבות רציחה. ער האט געהייסן אז מען זאל נישט אויספאלגן די מאסנאמען פון דער רעגירונג ווען עס קומט צו תורה און מצוות, און אפהאקן דעם קשר מיט'ן רעגירונג[8].

זיינע ספרים

  • אהלי ישועה, אויף מסכתות הש"ס.
  • רשימות שיעורים, שיעורים אויף ש"ס.

קינדער

  • זיין איידעם רבי אשר אליהו קאלמאנאוויץ ראש ישיבת מיר אין אמעריקע.
  • רבי אברהם, איידעם פון רבי יחזקאל ברעטלער. דינט אלס מגיד שיעור אין ישיבת זכרון מיכא"ל אין זכרון יעקב, ראש כולל "הלפרין" אין בני ברק, און א דיין אין בית דין "גני איילון" בראשות רבי חזקיהו אברהם ברוידא.
  • זיין איידעם רבי יעקב זאב ווינטערניץ (נפטר געווארן ט"ו סיון תשפ"ד[9]), פלעגט דינען אלס ראש סדר בקיאות אין ישיבת קאמעניץ אין ירושלים.
  • לאה, געהייראט צו רבי אשר בירנבוים, זון פון זיין שוואגער רבי שמואל בירנבוים ראש ישיבת מיר אמעריקע.
  • רבי אהרן לייב, ראש הכולל "אהלי ישועה" אין ירושלים.
  • רבי חיים שלמה, משב"ק פונעם טאטן, און גזבר פון קרן "מאיר עיני ישראל".

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן