רבי אדם בעל שם

מקובל און בעל מופת וואס האט אנגעבליך געשיקט כתבים צום בעש"ט

רבי אדם בעל שם (16-17'טער יארהונדערט) איז געווען א מקובל און בעל מופת, בעיקר באקאנט פארן שיקן כתבים אין קבלה צום בעל שם טוב, ווי עס ווערט פארציילט אין ספר שבחי הבעל שם טוב.

צווישן די היסטאריקער זענען פארהאן מיינונגס-פארשידנהייטן איבער זיין אידענטיטעט און פארשידענע שפעקולאציעס זענען אויפגעברענגט געווארן דערוועגן. משכיל'ישע פארשערס האבן פרובירט צו זאגן אז ער באהאלט הינטער זיך א קשר צווישן חסידות און שבתאות אדער פראנקיזם. אין חסידות ליובאוויטש איז אנגענומען א מסורה מיט מער דעטאלן איבער אים, צווישן אנדערן אז ער האט געוואוינט אין ראפשיץ, געווען א תלמיד פון רבי יואל בעל שם און געפירט א חבורה פון צדיקים נסתרים. אין דער כערסאנער גניזה זענען פארהאן עטליכע בריוו פון אים צום בעל שם טוב.

לעבן און שאפן

דער עלטסטער מקור איבער רבי אדם בעל שם איז א ביכל געדרוקט אינעם 16'טן יארהונדערט אין פראג און אין אמסטערדאם[1], אנגעבליך עטליכע יאר נאך זיין הסתלקות, וואו עס ווערט דערציילט פארשידענע וואונדער וואס ער האט באוויזן פארן קייזער מאקסימיליאן דער צווייטער. צווישן אנדערן, ווערט דארט פארציילט אז ער האט אריבערגעברענגט א גאנצן פאלאץ פון שפאניע קיין פראג, בעהמען. אט די געשיכטע, מיט מינדערוויכטיגע שינויים, ווערט אויך געברענגט אין שבחי הבעל שם טוב[2]. לויט יענעם ביכל, איז ער געבוירן אין א שטעטל ווינג נעבן פראנקפורט.

אין ליובאוויטש איז אנגענומען א מסורה אז רבי אדם האט צוערשט געלערנט ביי רבי שלמה שמואל אין פאלאצק (העב') און ווען ער איז געווען דריי און דרייסיג יאר אלט איז ער אריבער צו דער ישיבה פון רבי יואל בעל שם אין זאמאשטש, דארט האט ער געלערנט קבלה און געווארן א מיטגליד אין א חבורה צדיקים נסתרים. די חבורה איז אריגינעל געגרינדעט געווארן דורך רבי אליהו בעל שם פון ווירמייזא, דערנאך האט רבי יואל בעל שם איבערגענומען די פירערשאפט און שפעטער, אין יאר ה'תנ"ח, האט רבי אדם דאס איבערגענומען[3].

שייכות מיטן בעל שם טוב

לויט דער ליובאוויטשער מסורה, האט רבי אדם בעל שם, אויף דער אנווייזונג פון אחיה השילוני, זיך אפגעזאגט פון פירן די חבורה פון צדיקים נסתרים און איבערגעגעבן די פירערשאפט צום בעל שם טוב[4].

אין דער כערסאנער גניזה, וועלכע ווערט ביי אסאך אנגענומען אלס פאלש[5], זענען דא עטליכע בריוו אין וועלכע רבי אדם דרוקט אויפ'ן בעל שם טוב נתגלה צו ווערן[6]. ווי עס איז אבער משמע אין די בריוו, האבן זיי זיך קיינמאל פערזענליך געטראפן[7].

אין ספר שבחי הבעל שם טוב ווערט דערציילט אז רבי אדם האט געטראפן אין א הייל כתבים אין סודות התורה און קבלה מעשית, וואס נאכ'ן עס לערנען איז ער געווארן א גרויסער בעל מופת, און איידער זיין פטירה, האט ער געהייסן זיין זון עס איבערגעבן צו "ישראל בן אליעזר פון אקופ", דאס איז דער בעל שם טוב, וועלכער איז דאן געווען בלויז פערצן יאר אלט. עס ווערט דארט ווייטער געשילדערט באריכות וויאזוי דער זון האט אויסגעפירט די צוואה[2]. דער בעל שם טוב האט אויך געהאט א תהלים פון רבי אדם בעל שם[8].

יאר פון זיין פטירה

לויט'ן שבחי הבעל שם טוב, איז רבי אדם נסתלק געווארן ווען דער בעל שם טוב איז געווען פערצן יאר אלט[9], דאס קומט אויס צווישן שנת ה'תס"ד און שנת ה'תע"ד. אין סדר הדורות החדש שטייט אבער אז רבי אדם האט געלעבט אסאך איידער'ן בעל שם טוב[8]. אין דער כערסאנער גניזה, זענען די בריוו פון רבי אדם דאטירט ביז אייר שנת ה'תצ"ה[10].

אידענטיטעט

 
א מאנומענט אינעם אידישן בית החיים אין ראהאטין, וועלכע קאנצענטרירט זיך איבער רבי אברהם דוד משה, גערופן רבי אד"ם, אינדענטיפיצירט אלס רבי אדם בעל שם דורך רבי ראובן מרגליות

אזויווי רבי אדם בעל שם איז פאר אסאך יארן געווען באקאנט בלויז פונעם ספר שבחי הבעל שם טוב, האבן געוויסע חוקרים, א שטייגער ווי שמואל אבא האראדעצקי, אינגאנצן פארלייקנט זיין עקזיסטענץ[11]. אין יאר תשכ"ג האט דער חוקר חנא שמרוק באקאנט געמאכט אין אן ארטיקל אז אינעם 16'טן יארהונדערט האט עקזיסטירט א בעל מופת רבי אדם בעל שם און אז ביכלעך איבער זיינע וואונדער זענען געדרוקט געווארן, וואס צוויי אזעלכע ביכלעך געפינען זיך אין אקספארד, אין דער באדליענער ביבליאטעק[12]. דאס טוט טאקע פעסטשטעלן אז רבי אדם בעל שם האט עקזיסטירט[13], אבער לויט די ביכלעך, האט ער געלעבט אין די צייטן פון קייזער מאקסימיליאן דער צווייטער, אומגעפער 150 יאר איידער דעם בעל שם טוב[14].

ליינט מער

  • רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות צווייטער טייל, כפר חב"ד: קה"ת, תשל"ד. פרק ע"ה
  • משה הלל, "רבי אדם בעל שם", בעלי שם, מכון בני יששכר: ירושלים, תשנ"ג, אויף אוצר החכמה (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  • חנא שמרוק, "הסיפורים על ר׳ אדם בעל שם וגילגוליהם בנוסחאות ספר שבחי הבעש"ט", ציון כח, עמ' 86–105‏, JSTOR 23552161

רעפערענצן

  1. "איין מעכטיג שין מעשה", אראפגעברענגט בשלימות דורך משה הלל, בעלי שם, ירושלים, תשנ"ג, זייט 217 און ווייטער (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  2. 2.0 2.1 רבי דוב בער מלינץ, שבחי הבעש"ט, קאפושט, תקע"ה, דף א עמוד ב
  3. רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות צווייטער טייל, כפר חב"ד: קה"ת, תשל"ד. פרק ע"ה
  4. רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות, צווייטער טייל, כפר חב"ד: קה"ת, תשל"ד. פרק ע"ט (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  5. זע אויספירליכע באריכט דורך יצחק רפאל, "גניזת חרסון", סיני פא, מוסד הרב קוק, תשל"ז (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  6. איגוד תלמידי התמימים, קובץ התמים חוברת ב', ווארשא, תרצ"ו.
  7. רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, ליקוטי שיחות כרך כג, ניו יארק: קה"ת, תש"ס. זייט 333
  8. 8.0 8.1 מנחם מנדל בודק, סדר הדורות החדש, סאטמאר, תש"א. דף ב עמוד א
  9. רבי דוב בער מלינץ, שבחי הבעש"ט, קאפושט, תקע"ה, דף ב עמוד א
  10. איגוד תלמידי התמימים, קובץ התמים חוברת ד', ווארשא, תרצ"ז. עמוד ט
  11. 11.0 11.1 יצחק אלפסי, "רבי ישראל בעל שם טוב - חייו ותורתו", שנה בשנה מ, היכל שלמה, תש"ס.
  12. חנא שמרוק, "הסיפורים על ר׳ אדם בעל שם וגילגוליהם בנוסחאות ספר שבחי הבעש"ט", ציון כח, עמ' 86–105‏, JSTOR 23552161
  13. 13.0 13.1 יהושע מונדשיין, שבחי הבעש"ט, ירושלים, תשמ"ב, זייט 58
  14. 14.0 14.1 גרשום שלום, "התנועה השבתאית בפולין", בית ישראל בפולין ב, ישראל היילפרין (רעדאקטאר), ירושלים תשי"ד
  15. מקורות צוזאמענגענומען אינעם ארטיקל פון הרב שלמה אבי"ש, "רבותיו וכתביו של רבינו הבעש"ט הקדוש זיע"א", היכל הבעש"ט יג, היכל מנחם, תשס"ז. הערה 16
  16. בצלאל לנדוי, הבעש"ט ובני היכלו, בני ברק: נצח, תשכ"א. זייט ש"מ
  17. רבי חיים יוסף אריה פראגער, כתבי ר' יאשע שו"ב, עמוד קיא
  18. ספר קהילה, רוהאטין - קהילת רוהאטין והסביבה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  19. יהודה ראטען, מרכבת המשנה, לעמבערג, תרנ"ה, הקדמת המביא לבית הדפוס.