בקשר צו דעם רעדאגירונג, איך מיין אז דאס איז א קפידא פון העברי, סאיז בעסער דאס צו לאזן פאר זיי... ביי אונז היימישע אידן האט דאס טיטל א משמעות, נאך פון אפטאר רב'ס צייטן... און אויב סאיז נישט ריכטיג אז ער איז דער זקן, ווער דען? סטריזשעוו?
טעמע אין בלאט באַניצער שמועס:שווערמער
עס מיר מוזן מוחל זיין, אבער עס האט נישט קיין שום משמעות!
אפטער רב איז איין זאך, און גרויסע אידן האבן זיך דאן אזוי באצויגן צו אים. היינטיגע צייטן איז די גאנצע רייד איבער דער זקן האדמו"רים א משוגעת פון צייטונג שרייבער און קול בחצרות. עס האט נישט עקזיסטירט מיט קארגע 5 יאר צוריק, און עס שטאמט נישט פון אפטער רב'ס צייטן.
עס איז געגאנגען ווילד אין די לעצטע צייט, ווען פארשידענע חברה זענען פארנומען נאך יעדע לווי' צו טרעפן און באטיטלען דעם קומענדיגן זקן האדמו"רים. דער טיטל מיינט גארנישט און זאגט גארנישט און טוט גארנישט.
סטריזובער רבי איז גראדע טאקע אן עלטערערר איד, און האדמו"ר מבית חיים יהושע איז נישט יונג, און עס זענען לכאורה דא נאך.
קען זיין. איך דינג זיך נישט.
איך בין נישט אזוי זיכער טאמער הגה"צ רבי יעקב יוסף האלבערשטאם איז טאקע עלטער (זיי זענען גראדע קאזענס...)
(לאמיר טראכן, וואלסטו געריבן אויפ'ן סקולענער "האט געדינט אלס/געווען דער 'זקן האדמו"רים' אין די יארן כו'-כו'". ניין. פארוואס נישט? טראכט דערוועגן.)