א גוטן אייך! א דאנק אייך פאר'ן פלייסיג שאפן נייע בלעטער, כמותם ירבו! ווי צמא לדעת האט אייך שוין אונטן געשריבן, איז איינגעפירט אז נייע בלעטער ווערן געשאפן בלויז אינעם מרחב שם "דרעפט", און נאכ'ן ווערן איבערגעקוקט דורך די געשטעלטע אריבערפירער, ווערן זיי אריבערגעפירט צום הויפט געביט. דאס איז איינגעפירט אפילו ביי די בעסטע און מערסט עקספּיריענסט עורכים, איז נעמט עס ח"ו נישט אלס א נעגאטיווע בליק אויף אייער ארבעט. אדרבה, עס איז שטארק געשעצט און מיר בעטן אייך גייט אן ביתר שאת. מיט דאנק!
טעמע אין בלאט באַניצער שמועס:תכלית
דער ערשטער זאך, איך האב זייער הנאה צו זעהן דו התנהלות וואס גייט פאר דא אין דעם יודישען מכלול, אזוי דארפן זיך טאקע היימישע יודען זיך פירן, מיט ליבשאפט אין שעצונג צו יעדע גוטע זאך, ווייל נאר אזוי קען מען מצליח זיין און דעם פראייעקט, און איך אויף אז דאס וועט זיין א עיקרון אין דעם מכלול וואס וועט ממשיך זיין לאורך שנים, אפילו ווען מען וועט אלטן אויף א שיינע וועג.
לגש"ע, איך האב נישט געוואסט אז עס איז נאך תקף אוף היינט. איך וועל פון יעצט און ווייטער וויסן.
איך אויף שטארק ווייטער ממשיך זיין תורם זיין אלטס וואס איך קען בס"ד. מיין פראהבלעם איז דו שרייבן אויפן יודישען שפראך וואס איך בין נאך נישט בקיא.
דערווייל וועל איך לכאורה ארויף ברענגען ערכים וואס איך האב געשריבען אין דעם עברי און אזוי אויך וויכטיגע ערכים וואס איך האלט אז עס דארף זיין דא, בנושאי אדמו"רים ורבנים, בעיקר וואס לעבן.
און שפעטער אויף איך בס"ד ובלנ"ד צו שרייבן דא ערכים וואס איך האב נישט געשריבן אין העברי, עס זאהל זיין 'ספעשיל' פאר דא.
הצלחה וסיעתא דשמיא על כל צעד ושעל.