טעמע אין בלאט באַניצער שמועס:צמא לדעת/פלוס תשפ"ג

למאי נ"מ (שמועסביישטייערונגען)

איך מוז דיר זאגן, אז פון די ערשטע מינוט וואס איך האב זיך דא מצטרף געווען האסטו מיר געגעבן אזא מוראדיגע הרגשה וואס עס קומט דיר א גרויסן ישר כח דערויף!!!

שוין גלייך ביים אויפנאמע האסטו מיר אויפגענומען אזוי שיין, און אויך בהמשך.

איך וויל נישט צוגלייכן, אבער ווי דו ווייסט, אין המכלול העברי איז די באציאונג צו נייע באנוצער געגרעניצט מיט פיינטליכקייט. יעדן איינעם קוקט מען אן מיט זיבן אויגן, און מען דארף אריבערגיין א פייער-טבילה צו קענען ממשיך זיין.

דא אבער, איז דא אזא געטרייער ליבליכער צמא לדעת, וואס נעמט אויף אזוי שיין, געבט אריין א מוט אין יעדן איינעם, און באגלייט מיט א ווארעמקייט.

מען קען זאגן אז דו האסט א גרויסע זכות אין דעם וואס די אידשע המכלול בויעט זיך. חילך למכלולייתא!

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

א גרויסן יישר כח פאר דיינע ווארימע ווערטער!

לויט דיין פלייס, וועל איך נאך אמאל שטאלצירן אז דער גרויסער למאי נ"מ האט מיר אמאל אויסגעלויבט קריצה

ברוך השם אז מיר זענען געבענטשט געווארן מיט א סעריע טאלאנטפולע בא'טעמ'טע חברים, כולכם אהובים כולכם ברורים. מיט אזא געשמאקע חבריא, איז נישט מעגליך נישט אויפצונעמען בסבר פנים יפות.