טעמע אין בלאט באַניצער שמועס:רושם רשימות

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)

שלום עליכם אייך! איר זענט ווי עס שיינט א גרינער דא, און איר זענט וועלקאם מיט אפענע ארעמעס. איין קליינע הערה צו אייך בקשר צו דעם רעדאגירונג, עס איז נישט אנגענומען צו פארמעקן אלטע דיסקוסיעס. מען קען עפענען א נייע אן אפליידיגן דאס בלאט, דורכן אנהייבן שרייבן אונטן פון בלאט, און צולייגן א ==קעפל==.

אין דיסקוסיע זאל איז דאך גאר גרינג צו עפענען א נייע דיסקוסיע, דורכ'ן דריקן דעם "עפענען א נייע דיסקוסיע קנעפל". כ'בין נייגעריג פארוואס איר האט דאס נישט גענוצט.

בתקוה להבנה ולעריכה נעימה.

רושם רשימות (שמועסביישטייערונגען)

אנטשולדיגט מיר, איך ברויך זיך נאך צולערנען מיט'ן סיסטעם.

איך האב יא געעפנט א נייע דיסקוסיע.

איך ווייס נישט ווי אזוי דאס האט פאסירט, איך האף איר @תנא קמא האט עס שוין צוריק פארראכטן.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

עס האט גארנישט פאסירט... כמעט אלעס אויפ'ן וועבזייטל קען מען גרינג צוריקדרייען און פאררעכטן; אויף אזא פלאץ איז בעסער צו זיין אויף די געוואגטע זייט.

איר שיינט צו זיין א איד מיט א גראדע קאפ אויף די פלייצע וואס האלט זיך נישט צוריק פון טון צו דער זאך. גענוי דאס זוכן מיר!

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)

איך לאך יעצט פון מיין ערשטע תגובה. מיר אלע זענען גרינע דא. איינער העל גרין און איינער טינקל גרין. אלנפאלס, ווי צמא זאגט, אזאנע דארפן מיר! דער אישו דארף מען טאקע אינוועסטיגעיטן און פאררעכטן.

רושם רשימות (שמועסביישטייערונגען)

יישר כח אייך.

איך קלער אז ערגעצוואו אינמיטן זען דעם פריוויו און פרובירן די אפציעס (צ.ב.איך האב געוואלט אריינלינקן @תנא קמא אז עס זאל ווערן א לינק, און איך האב נישט געפונען קיין אנווייזונגען דערויף), האב איך געקוועטשט עפעס אומריכטיג.

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)

נו נו, דער עיקר איז איר זאלט זיך נישט אפשטעלן ביי דעם, נאר גיין ווייטער. מיר האפן ווייטער צו הנאה האבן פון אייך!