טעמע אין בלאט באַניצער שמועס:תנא קמא/פלוס תשפ"ג

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

בקשר לעריכה זו:

א. די ליסטע דארף צו זיין פאר טבת, הגם עס האט זיך אנגעהויבן אלס ביישפיל. חמשה עשר בשבט קומט, אויב עפעס, אויף שבט.

ב. מ'האט געשמועסט אז מ'לייגט נישט צו שווערע ארטיקלען. דער ערך איבער חמשה עשר בשבט אויף העברי פארנעמט איבער פופציג טויזנט בוכשטאבן; איבער וויקיפעדיע איבער זעכציג טויזנט; איבער שי דזשינפינג קרוב צו זיבעציג טויזנט בוכשטאבן. אבער אויב האלטסטו אז זיי זענען גרינג, אדרבא, מלך באווייז!

ג. פארוואס מעקן עשרה בטבת, תרגום השבעים, הייך איבער ים פלאך? דער ציל איז נישט אז אלע ארטיקלען זאלן זאפארט געשריבן ווערן, זיכער נישט פון די ערשטע ביישפיל ליסטע. (הייך איבער ים פלאך וועט אפשר נאך בקרוב געשריבן ווערן, און "איינער" האט אמאל געבעטן אז מ'זאל עס שרייבן...)

דאס איז נישט קיין קריטיק. כ'וויל באמת פארשטיין דיין געדאנקנגאנג, אז ביי די קומענדיגע ליסטע זאל שוין אלעס זיין אינגאנצן קלאר.

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)

@צמא לדעת, קודם כל, האבעך עס געטון על דעת אז כל רואה וכל צמא זאל עס קענען צוריקדרייען אן קיין פראבלעם.

מיין ריעזענינג פאר'ן אראפנעמען עשרה בטבת און תרגום השבעים איז וויבאלד ס'איז ווי א שירעם נאך א רעגן. מ'האלט דאך שוין דערנאך, זאל מען יעצט כאטש ארבעטן אויף חמשה עשר בשבט. (און טאקע אין די קומענדיגע ליסטעס אויך לייגן ארטיקלען מער פון פאראויס פורים אין שבט און פסח אין אדר, ביז מ'וועט זען אז ארטיקלען ווערן שנעל פראדוצירט).

הייך האבעך באקומען סעקאנד טאטס אז ס'נישט גאר וויכטיג, און ווייל איך האב עס ארויפגעברענגט האבעך געפילטט "גילטי" און עס אראפגענומען...

וועגן די שוועריגקייט פון ארטיקלען, ביזטע ווארשיינליך גערעכט. אויבצואוואר כ'האב נישט נאכגעקוקט די גרויס אין עברי, און כ'האלט נישט אז ס'פעלט אויס נאכצוקוקן איידערן אפמאכן צו עפעס איז שווער אדער גרינג. און מען דארף ניטאמאל זיכער מאכן אז אלעס וואס שטייט דארט, שטייט אויך דא. פאר א באנוס איז עס גוט. (בפרט ביים וויקי ארטיקל, וואס פארשטייצעך פארוואס דאס איז דארט אזוי ברייט.).

כ'האף ביזט קלאר.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

גוטע געדאנק טאקע אז די ליסטע זאל פארמאגן אזעלכע ארטיקלען וועלכע וועלן זיין נוגע ווען זיי וועלן (טעארעטיש) זיין געענדיגט. נאך א מזל אז איך האב דיר געפרעגט...

די קומענדיגע, "עכטע", ליסטעס וועט מען אי"ה דיסקוטירן די ערשטע וואך פון יעדן חודש, ווען יעדער וועט קענען אראפנעמען און צולייגן לויט זיין פארשטאנד. אבער דערנאך לוינט זיך נישט צו פאטשקען, אויך אויב איז שוין סייווי פארביי די צייט אדער מ'האלט עס שוין נישט פאר וויכטיג, ווייל דאס נעמט אוועק דעם גאנצן געדאנק פון די ליסטע. עס דארף דינען ווי א "סנעפשאט", פון וואס מ'האט אמאל געקלערט צו טון, און וויפיל דערפון מ'איז אנגעקומען.

מ'דארף טאקע נישט נאכקוקן דעם גרויסקייט אין העברי, אבער איך האב עס געברענגט אלס סימן און נישט אלס סיבה. נישט אלעס פון דארט דארף שטיין דא, אז מ'זאל שוין באטראכטן אונזער ארטיקל פאר גענוג גאנץ אריבערצופירן, אבער ווען עפעס פארנעמט דארט זיבעציג טויזנט בוכשטאבן איז עס א שטארקע רגליים לדבר אז דער ענין איז מער פארצווייגט און שווער צו באשרייבן (אפילו אלס ערשטע ווערסיע) ווי מ'קען מיינען אויפ'ן ערשטן בליק.